באסטאן – אויטאריטעטן אין מאסעטשוסעטס האבן באשלאסן צו טוישן דעם נאמען פון א לאקאלער בריק און עס א נאמען געבן אין עהרע פון א באסטאנער איינוואוינער וועלכער האט ארויסגעוויזן העלדישקייט אינעם טאג פון די באסטאן מאראטאן טעראר אטאקעס. דער מאן קארלאס ארעדאנדא איז געווען אנוועזנד ביים מאראטאן, ווען די טאפלטע אויפרייסן האבן פאסירט, און קארלאס האט זיך באלד גענומען צו דער ארבעט, ארויסהעלפנדיג פארוואונדעטע און ראטעווענדיג פילע לעבנס, אריינגערעכנט דאס לעבן פון דזשעף באומען, וועלכער האט געליטן גאר שווערע וואונדן. די דזשאמעיקא וועי בריק אין באסטאן, וועט דעריבער באקומען א נאמען פון קארלאס'ס צוויי קינדער וועלכע זענען געשטארבן אלס אמעריקאנער מארינען אין איראק אין יאר 04'. די צערעמאניע וועט פארקומען מיט דער באטייליגונג פון פילע באאמטע, אריינגערעכנט מאסעטשוסעטס גאווערנאר טשארלי בעיקער.

בילד: קארלאס ארעדאנדא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל