בעיזשינג – אין אן ערנסטן שריט, האט די כינעזער רעגירונג אנגעהויבן איינצוימען אירע האנדלערייען מיט דער איזאלירטער צפון קארעא, אויספאלגנדיג די נייע סאנקציעס וואס די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט מיט עטליכע טעג צוריק באשטעטיגט, אין רעאקציע צו צפון קארעא'ס זעקסטע נוקלעארע טעסט. כינע זאגט אז זי וועט איינצוימען די אויל סופליי וואס זי שטעלט צו פאר צפון קארעא, און אויך וועט זי אפשטעלן דאס וואס זי קויפט איין פארשידענע שטאפן און סחורות פון צפון קארעא. אונטער די נייע יו-ען סאנקציעס, וועט כינע נאך אלץ מעגן שיקן פאר צפון קארעא א מאקסימום פון צוויי מיליאן פעסלעך גאזאלין יערליך, וואס לויט שאצונגען, האט האט צפון קארעא ביז יעצט באקומען ארום זעקס טויזנט פעסלעך געזאלין פון כינע טעגליך. מען דערווארט אז די פרישע שריט פון כינע וועט לייגן שטארקע עקאנאמישע דרוק אויף צפון קארעא, וועמענס פאבריקן זענען אנגעוויזן אויף כינע צו אקצעפטירן ריזיגע שיפמענטס פון האלב-געפארטיגטע סחורות און קליידונג, וועלכע ווערן דערנאך געפארטיגט אין כינע, צו קענען לעגאל ארויפשטעלן דעם "געמאכט אין כינע" לעיבל. אויך וועט עס אפעקטירן די פאבריקן און אינדוסטריעס וועלכע זענען אנגעוויזן אויף גאזאלין, ווייל עס וועט ווארשיינליך אנטשטיין א מאנגל.

בילד: כינע צוימט האנדל מיט צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל