צווישן חסידי ברעסלאוו איבער די וועלט איז אויפגענומען געווארן מיט התרגשות די נייעס אז נאך צענדליגע יארן וואס ער איז נישט געווען אין אוקראינע וועט דער זקן המשפיעים פון ברעסלאוו הגה״צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט״א ווידער פארן קיין אומאן צו פראווען דעם יום טוב סמוך ונראה צום מקום מנוחה פונעם נחל נובע מקור חכמה מברעסלאוו.

רבי יעקב מאיר שליט״א איז אנגעקומען קיין אומאן פאריגן דאנערשטאג און די נייעס איז באלד פארשפרייט געווארן איבער די וועלט און איז געווארן אויפגענומען מיט התרגשות, פרייטאג איז רבי יעקב מאיר נאכאמאל ארויף צום ציון, און דעם שבת האט רבי יעקב מאיר געפראוועט אין די שטח פון מוסדות קרן אור אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים ומעריצים פון איבער די וועלט, און זונטאג פארטאגס האט מען געזאגט סליחות ברוב עם סמוך ונראה צום ציון הקדוש.

נעכטן זונטאג איז רבי יעקב מאיר ארויסגעפארן מיט א פריוואטע העליקאפטער צום ציון הקדוש פון בעל שם טוב אין מעזשיבוש, ווי ער האט מיט א געקליבענע צאל מקורבים מתפלל געווען ביים ציון און לויט ווי אנוועזנדע געבן איבער איז עס געווען א גאר דערהויבענע און התרגשות׳דיגער מעמד, ער האט דאן אויפגענומען חסידים פאר א לענגערע צייט צו וואונטשען לכבוד ראש השנה, און דאן צוריקגעפארן קיין אומאן צו די הכנות פאר ראש השנה.

בילד: געהויבענע שבת אין אומאן מיט הגה״צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט״א

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל