מאנילא – דער פיליפינער פרעזידענט ראדריגא דוטארטעי האט נעכטן אפעלירט צו די פאראייניגטע שטאטן, ארויסצוהעלפן די פיליפינער רעגירונג אינעם קאמף קעגן דראג שמוגלערייען. דוטארטעי האט געגעבן א לענגערע רעדע, וואו ער האט אדרעסירט פילע אישוס, אריינגערעכנט דער אנגייענדיגער קאמף אין מאראווי, וואו 800 זענען שוין געשטארבן זינט אייסיס שטיצער האבן פארכאפט מאכט אין דער שטאט, און באזונדער האט דוטארטעי געזאגט אז די דראג קריג וואס זיין רעגירונג פירט, פעלט אויס אז אמעריקע זאל שפילן א ראלע דערין, וויבאלד אומצאליגע טאנען פון די אומלעגאלע דראגס ווערן געליפערט יערליך פון די פיליפינען צו די פאראייניגטע שטאטן. דוטארטעי'ס בעטנדיגער טאן פון פארלאנגען הילף פון אמעריקע, איז א דראסטישער טויש פון וואס מען האט געהערט פון אים ביז יעצט, ווען ער האט נאכאנאנד אפגעשפעט פון אמעריקע און געזאגט אז ער איז נישט אינטערעסירט אנצוהאלטן דעם לאנגיעריגן אליאנץ צווישן די צוויי לענדער.

בילד: פיליפינען וויל שוין יא אמעריקע'ס הילף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל