אינדיע – אין אינדיע איז קארופציע ביי פאליטישאנס, דורכאויס אלע שטאפלען פון דער רעגירונג, גאר שטארק פארשפרייט, און די בירגער פאלן קרבנות דערפון, ספעציפיש די ארימע און הילפסלאזע. די ערגסטע סארט קארופציע איז אין די קליינע שטעטלעך, וואו ארימע ארבעטער פארדינען קוים עטליכע טויזנט רופּיס פער מאנאט, און די לאקאלע פאליטישאנס צווינגען די ארבעטער צו באצאלן שוחד געלטער אונטער'ן טיש, אויב ווילן זיי באקומען סערוויסעס וואס דארפן עכט צוגעשטעלט ווערן פאר גענצליך אומזיסט. א פאפולערע באנקנאט ביי קארופטירטע פאליטישאנס אין אינדיע, איז דער פופציג-רופּי באנקנאט, וועלכע איז טאקע בלויז 75 צענט אין אמעריקאנער וואלוטע, אבער אין די ארימע געגנטער איז עס א שיינע סומע. נו, וויאזוי דרייט מען זיך ארויס פון די קארופטירטע פאליטישאנס? די "פינפט פּילאר", אן ארגאניזאציע פון אינדיער אנטי-קארופציע אקטיוויסטן, איז אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל, דורכ'ן דרוקן פאלשע רופּי באנקנאטן, וואס ס'שטייט דערויף קלאר "זערא רופּיס", און אין לויף פון די לעצטע 2 יאר, זענען שוין פארשפרייט געווארן כמעט 3 מיליאן שטיק דערפון, וואס יעדעס מאל וואס א פאליטישאן פארלאנגט שוחד געלט, דערלאנגט מען אים אהין אזא "זערא רופי" באנקנאט, און ער קריגט דעם מעסעדזש קלאר און דייטליך... גיין פארפירן קעגן די פאלשע געלט, קען ער נישט, ווייל ער וויל נישט אז זיין שוחד פרואוו זאל אויפגעדעקט ווערן.

בילד: פאלשע געלט קעגן קארופציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל