אלבאני – ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו האט נעכטן געזאגט אז ער אינדארסירט נישט ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא פאר ווידערוויילונג, אבער קאומאו האט קלארגעשטעלט אז ער האט באשלאסן נישט צו אינדארסירן, פשוט ווייל ער וואוינט אין וועסטשעסטער און ער וועט נישט שטימען אין דעם מעיאר פריימערי פארמעסט. די פריימעריס זענען געסקעדזשועלט אויף קומענדיגע וואך דינסטאג, ולמספרם סעפטעמבער 12, וואו דעבלאזיא שטייט אויס עטליכע דעמאקראטישע קאנדידאטן וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים, און עס איז דערווארט אז דעבלאזיא וועט גאר גרינג געווינען די פריימעריס, און דערנאך איז דערווארט אז ער זאל גאר גרינג געווינען ווידערוויילונג קעגן זיין רעפובליקאנער קעגנער – טראץ וואס ער האט נישט קאומאו'ס שטיצע. עס איז אנגעצייגט געווארן אז דעבלאזיא האט יא אינדארסירט קאומאו לאנגע מאנאטן בעפאר דעם דעמאקראטישן גאווערנאר פריימערי פארמעסט אין יאר 14', ווען זפייער טיטשאוט איז געלאפן אלס דעמאקראט קעגן קאומאו.

בילד: קאומא אינדארסירט נישט דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל