פיאנגיענג – די סיטואציע צווישן אמעריקע און צפון קארעא איז נעכטן געווארן נאך ערגער, ווען דער צפון קארעאר אויסערן מיניסטער רי יאנג האו האט געזאגט, אז מיט די לעצטיגע סטעיטמענטס פון פרעזידענט טראמפ און אנדערע אמעריקאנער באאמטע, "האט אמעריקע דערקלערט קריג קעגן אונז." האו האט געזאגט אז אצינד אז אמעריקע האט דערקלערט קריג קעגן צפון קארעא, האט איר מיליטער די פולסטע רעכט אונטערצונעמען סיי וועלכע קאנטער-שריט זיך צו באשיצן, אריינגערעכנט דאס אראפשיסן אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס, אפילו ווען זיי זענען נישט העכער צפון קארעאר טעריטאריע.

האו'ס שארפע ווערטער קומט נאכדעם ווי טראמפ האט רעאגירט צו האו'ס רעדע אינעם יו-ען מיט א סטראשע, אז "ער (האו) און ראקעט-מאן (קים יאנג אן) וועלן נישט צו לאנג עקזיסטירן", און אויך נאכדעם וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט א ספעציעלע פלי מיסיע גאר נאענט צו צפון קארעא, די נענטסטע וואס אמעריקאנער פליגערס זענען געפלויגן צו צפון קארעאר טעריטאריע זינט דער ענדע פונעם קארעאר קריג אין די 950'ער יארן. דאס ווייסע הויז האט אבער געזאגט אז צפון קארעא'ס באשולדיגונג, כאילו אמעריקע האט דערקלערט קריג קעגן זיי, איז פשוט נישט אמת.

בילד: צפון קארעא: אמעריקע האט דערקלערט קריג קעגן אונז!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל