וואָספאַראַ לימוד זכות האָט דער חתם סופר געזאָגט בעפאָר תקיעת שופר?

וואָס האָט ענדגילטיג באַרואיגט דעם קעניג, וועלכע האָט געוואָלט וויסן אויב די גענעראַל איז אים געטריי?

וואָספאַראַ כוונות זאָל מען אינזין האָבן ביים שופר-בלאָזן?

וואָס האָט דער ישמח ישראל געראָטן זיינע חסידים צו טון אין די טעג?

צוריסענע קליידער און דאָך געפעלן דעם קעניג – וויאַזוי?


איין כוונה

אין עטליכע ערטער שרייבט דער חתם סופר זי"ע, אַז דער עיקר וואָס מען דאַרף אינזין האָבן ביי שופר בלאָזן איז, אַז דער באַשעפער האָט געהייסן בלאָזן; 'רחמנא אמר תקעו' דאַרף זיין די איינציגסטע כוונה ביי תקיעת שופר.

אַזוי ווערט דערציילט אינעם ספר פון זיין גרויסער תלמיד 'ליקוטי חבר בן חיים': איינמאָל איז געקומען צו אים ר' שמואל דייטש דער בעל תוקע פון פּרעשבורג, און געבעטן ער זאָל לערנען מיט אים די כוונות פון די תקיעות, אַזוי ווי דער מגן אברהם ברענגט פונעם של"ה הקדוש. האָט ער געעפנט דעם חומש, און אים געוויזן דעם פּסוק 'יום תרועה יהי' לכם', און האָט אים געזאָגט: "זאָלסט אינזין האָבן מקיים צו זיין די מצוה, און גאָרנישט אַנדערש!"

הרה"ק ר' יודעלע פון דזשיקוב זי"ע האָט געזאָגט אַמאָל: "מענטשן מיינען אַז עס איז גרינגער אינזין צו האָבן די כוונה פון 'רחמנא אמר תקעו' ווי צו מייחד זיין שמות. אָבער דער אמת איז נישט אַזוי. עס איז פיל לייכטער אינזין צו האָבן שמות, וועלכע מען קען לערנען, אָבער באמת אינזין צו האָבן די כוונה איז גאָר אַ גרויסע מעלה, און פאָדערט אַסאַך יגיעה."

אַז עס איז קאַלט...

דער מנהג אין פּרעשבורג איז געווען, אַז דער בעל תוקע איז געגאַנגען זיך טובל'ען אין מקוה פאַרן בלאָזן שופר.

עס האָט אַמאָל פּאַסירט, אַז דער בעל תוקע האָט נישט געוואָלט גיין זיך מטהר זיין אין מקוה בעפאָר אָט די הייליגע מצוה. ער האָט גע'טענה'ט אַז די וואַסער פון די מקוה איז צו קאַלט, און עס איז אים שווער זיך צו טובל'ען אין אַ קאַלטע מקוה.

דער חתם סופר האָט געפרעגט דעם בעל תוקע: "פאַרוואָס גייט איר נישט אין מקוה?"

"עס איז קאַלט." האָט ער זיך פאַרענטפערט.

"אַז עס איז קאַלט בלאָזט מען ניכט!" האָט דער חתם סופר שאַרף אים געזאָגט.

נאָר מיינע קינדער

ווי באַקאַנט לייענט מען דעם צווייטן טאָג ראש השנה די פּרשה פון די עקידה, כדי צו דערמאַנען דעם זכות פון עקידת יצחק.

מיט אַ טיפערע בליק האָט דער חתם סופר געגעבן צו פאַרשטיין מיט אַ משל, וואָס ליגט דאָ אונטער די געוואַלדיגע נסיון, אין וועלכע אברהם אבינו איז געשטאַנען.

און אַזוי האָט ער געזאָגט: אַ געוויסער קעניג האָט געהאַט אַ גענעראַל, אַ בראַווער און געוואַגטער פּערזאָן. נאָך פיל יאָרן וואָס ער האָט געטריי געדינט דעם קעניג און זיך איינגעשטעלט דאָס לעבן אין צענדליגע מלחמות, האָט דער קעניג אים דערהויבן איבער אַלע אַנדערע האַרן און מיניסטאָרן.

דער קעניג האָט געוואָלט געוואויר ווערן, אויב אויך נאָכן אים העכערן דעם ראַנג, וועט ער אים נאָך אַלץ זיין געטריי, און זיך אַוועקגעבן פאַר אים מיט לייב און לעבן.

וואָס האָט ער געטון? ער האָט געשיקט אַ באַהאַלטענע שליחות, צו איינער פון זיינע מיניסטאָרן אין אַ ווייטע לאַנד. ער האָט אים געבעטן אָנצושטעלן אַ געמאַכטע רעוואָלוציע אינעם לאַנד קעגן דעם קעניג, און דאַן זאָל ער שיקן אַ דרינגנדע בריוו צום קעניג נאָך הילף.

ווען מען האָט ערהאַלטן דעם בריוו דורך דעם קעניגליכן פּאָסטמייסטער, האָט דער קעניג שנעל געלאָזט רופן אָט דעם אויבנדערמאַנטן גענעראַל, און געפרעגט צו ער איז גרייט זיך צו שטעלן אין שפּיץ  פונעם מיליטער צו אונטערדרוקן דעם רעוואָלט.

דער גענעראַל האָט זיך באַדאַנקט פאַרן קעניג פאַרן אים מכבד זיין מיט דעם אויפגאַבע, און איז אַרויס אין קריג. דער קעניג האָט שטילערהייט געשיקט אַ שליחות צום מיניסטער אין יענעם לאַנד, אַז ער זאָל אָפּוואַרטן דעם גענעראַל מיט שווערע כוחות און אָנגרייטן אַן אומגעראָכטענע פּאַסטקע, און זען ביז ווי ווייט דער גענעראַל איז גרייט צו אפפערן זיין לעבן פאַר אים.

דער גענעראַל איז אַרויס אין וועג.

עס איז נישט דורך אַ לאַנגע צייט און עס איז אָנגעקומען די נייעס, אַז ער האָט דערשלאָגן דעם 'פיינט' רעכטס-און-לינקס. דער גאַנצער לאַנד האָט געשמועסט פון די וואונדערליכע זיג וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אויפ’ן פראָנט קעגן די ווידערשפּעניגער.

דער קעניג האָט זיך גאָר שטאַרק געפרייעט, אַז זיין הויפּט-גענעראַל איז בייגעשטאַנען דעם נסיון. מיט דעם אַלעם, האָט דער קעניג זיך נאָך אַלץ געזאָרגט: 'נאָך אַלעם, די פּרואוו איז דאָך אַרויפגעצוואונגען אויפ’ן גענעראַל. ער האָט דאָך נישט געוואוסט פון פאָראויס אַז עס וואַרט אים אָפּ אַ פּאַסטקע און ער וועט זיך אנשטרויכלען אין אַזאַ שווערע פראָנט. מעגליך, ווען ער וואָלט ווען דאָס פאָראויס געזען, וואָלט ער זיך נישט אונטערגענומען אַזאַ מיסיע.'

טראַכטנדיג, האָט דער קעניג באַמערקט פון דערווייטנס ווי דער גענעראַל קומט צו גיין צוריק פונעם קריג מיט דעם גאַנצן מיליטער.

דער גענעראַל איז אַריינגעקומען אין פּאַלאַץ, ער האָט זיך געוואָרפן פאַרן קעניג צו די פיס, און אַנשטאָט וואָס דער קעניג זאָל זיך באַדאַנקען פאַר אים אויף דעם גרויסן זיג וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן – האָט ער אָנגעפאַנגען צו לויבן און דאַנקען דעם קעניג אויף דעם גרויסן כבוד וואָס דער קעניג האָט אים צוגעטיילט, מיטן אויפנעמען
אַלס פּאַסיגער גענעראַל צו אונטערדריקן די
רעוואָלוציע און אַרויסווייזן זיין געטריישאַפט
צום קעניג.
דער קעניג האָט זיך אָנגערופן און געזאָגט:
"בעט וואָס דו ווילסט און איך וועל דיר דאָס געבן!"
האָט דער גענעראַל געענטפערט: "איך וויל
בעטן ביים קעניג, אַז פון היינט און ווייטער, יעדע
מאָל ווען עס וועט פּאַסירן אַזאַ געשעעניש, אין
יעדן פאַל וואָס מען וועט דאַרפן טון קעגן די פיינט
פונעם קעניג און זיך מוסר נפש דערויף – זאָל דער
קעניג אויסוועלן מיר אָדער מיינע קינדער!"
דעם קעניג'ס זאָרגן זענען געקומען צו אַן ענדע.
מיט דעם האָט דער חתם סופר מסביר געווען
– אברהם אבינו האָט געדינט דעם אויבערשטן
מיטן גאַנצן כוח, און דער באַשעפער האָט אים
געשאָנקען אַ זון צו די הונדערט יאָר, אַ כליל
השלימות. דער באַשעפער האָט געוואָלט
אויספּרואוון אברהם אבינו מיט גאָר אַ שווערע
נסיון, און האָט אים פאַרבעטן
מקריב צו זיין זיין בן יחיד פאַר
אַן עולה. אברהם אבינו איז
בייגעשטאַנען דעם נסיון.
אָבער, ווער ווייסט, צו אויך
נאָכן שטיין אין דעם נסיון,
וועט ער זיין גרייט צו נעמען
אויף זיך פרישע נסיונות פאַר
מיין נאָמען?
ווי נאָר אברהם אבינו
האָט געזאָגט די ווערטער 'ה'
יראה', מיינענדיג, אַז ער בעט
אַז מען זאָל קיינעם נישט
פּרואוון מיט אַזעלכע נסיונות
נאָר זיינע קינדער – האָט
דער באַשעפער געוואוסט
אַז זיין האַרץ איז גאַנץ צום
אויבערשטן.

פרוכט אַלס שלש-סעודות

דעם ערשטן טאָג ראש-השנה נאָך מנחה איז
דער חתם סופר געגאַנגען אין באַגלייטונג פון
די ישיבה בחורים צום דאַנוי טייך זאָגן תשליך.
זיי זענען געגאַנגען צום גרויסן גאָרטן וועלכע
האָט זיך געפונען אויפ’ן באַרג הינטער דעם חתם
סופר'ס שטוב. פון דאָרט האָט מען גוט געקענט
זען דעם גרויסן באַקאַנטן דאַנוי טייך, וועלכע
לויפט דורך אין פּרעשבורג.

נאָך תשליך, האָבן זיך דער חתם סופר געזעצט
מיט עטליכע תלמידי חכמים, אינעם סוכה'לע
וואָס האָט זיך געפונען אינעם גאָרטן. מען
האָט געשטעלט צום טיש פרוכט און ער האָט
פאַרברענגט מיט די תלמידים.

זיין גרויסער תלמיד, דער 'ליקוטי חבר בן חיים' האָט ערקלערט, אַז וואַרשיינליך האָט זיין רבי חושש געווען צו די שיטה וואָס האַלט אַז מען דאַרף פּראַווען שלש-סעודות אויך אין יום טוב. דער אורזאַך פאַרוואָס אַנדערע ימים טובים האָט ער זיך נישט אַזוי געפירט, ווייל ער פלעגט זאָגן אַ דרשה יעדן יום טוב נאָך מנחה, און לויט’ן זוהר הקדוש קען מען יוצא זיין שלש-סעודות מיט דברי תורה, אָבער ראש השנה האָט ער נישט געזאָגט אַ דרשה, דערפאַר האָט ער מקפּיד געווען צו עסן פרוכט פאַר שלש-סעודות.

מיט גרויס דקדוק

הגאון ר' יצחק ווייס דער ווערבויער רב זצ"ל גיבט איבער אין זיין ספר 'אבני בית היוצר', איבער דער ספּעציעלער בעל קורא וועלכער פלעגט ליינען די תורה אין די הייליגע טעג ביים חתם סופר.

ער שרייבט ווי פאָלגענד: "דער צדיק און גאַנצער חסיד מו"ה יוסף לעצאַטע זצ"ל, אַ תלמיד מובהק פון מהר"ם ברבי זצ"ל, איז געווען פון די באַהאַלטענע צדיקים. "ער פלעגט ליינען אין די תורה אין ימים נוראים און די ד' פּרשיות ביי מיין רבי דער חתם סופר זצ"ל, אָן נעמען באַצאָלט.

"זיין ליינען איז געווען מיט גרויס דקדוק, לויט אַלע נקודות און פּרטי הלכות. ביי זיין ליינען האָבן זיך געהערט פון די פּסוקים זייער באַדייט לויט די דרשות חז"ל. ער פלעגט זייער געוואָרנט זיין צו ליינען פּונקטליך מיט אַלע טראָפּן.

"די מדקדקים זענען געווען שטאַרק אינטערעסירט צו הערן זיין קריאת התורה, צוליב דעם גרויסן פּונקטליכקייט מיט וועלכע ער פלעגט ליינען."

זיי זענען פאַריאָגט

אַ מורא'דיגע זאַך האָט נאָכגעזאָגט הגאון ר' שמואל ראָזנבערג זצ"ל ביים פּתיחה צום ווינטער זמן תרס"ז, איבער'ן הייליגן חתם סופר:

איך האָב געהערט, אַז איין ראש השנה בעפאָר תקיעת שופר האָט דער חתם סופר געוואָלט מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער, האָט ער געזאָגט:

"רבונו של עולם! עס זאָל נישט זיין שלעכט אין דיינע אויגן אויב דיין פאָלק די אידן זענען נישט גאַנץ מיט דיין מורא, ווייל אויך איך, אויב גייט אַריבער אויף מיר איין טאָג אָן לערנען חובת הלבבות, שפּיר איך אַז עס פעלט מיר פון דיין מורא; און וואָזשע זאלן זאָגן דיינע קינדער וועלכע זענען פאַריאָגט דעם גאַנצן טאָג על המחיה ועל הכלכלה!"

לערנען די תשובות

די שעצונג צום חתם סופר ביי די חסיד'ישע קרייזן איז ברייט באַקאַנט. הגאון החסיד ר' אליעזר דוד פרידמאַן שליט"א  דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון אַלטע חסידים פון אלכסנדר:

דער ישמח ישראל זי"ע האָט אַמאָל געזאָגט פאַר איינער פון זיינע חסידים, ער זאָל זען צו לערנען אין די עשרת ימי תשובה אין תשובות חתם סופר.

פּשוט'ע קולות

מיט אַ שיינע משל האָט דער חתם סופר מסביר געווען דעם ענין פון בלאָזן שופר.

דער גאַנצער שטאָט רעש'ט. וואָס איז? דער קעניג קומט אין שטאָט. דער גובערנאַטאָר פון שטאָט האָט אָנגעגרייט דעם פאָלק צום אָנקום פונעם קעניג. ער האָט געלאָזט אויסרופן: "יעדער וואָס קען קומען און זיך באַווייזן פאַרן קעניג אָנגעטון אין שיינע קליידער – וועט דער קעניג אים אויפנעמען און שיין באַלוינען."

די מענטשן אין שטאָט זענען געווען אָרימעלייט. אַלע זענען געגאַנגען אָנגעטון מיט אָפּגעשליסענע קליידער, און קיינער האָט זיך נישט געקענט שטעלן פאַרן קעניג.

האָט דער גובערנאַטאָר צוגעלייגט און געזאָגט: "יעדער וואָס קען שיין שפּילן און זינגען, זאָל מקבל פּנים זיין דעם קעניג מיט מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, און וועט באַקומען פונעם קעניג שיינע קליידער אין צוגאָב פון אַ שיינע לוין אויפ'ן באַערן דעם קעניג.

דאָ האָבן זיך שוין די מענטשן געפרייעט: "מיר וועלן אויפנעמען דעם קעניג מיט מוזיק, און מיר וועלן באַלוינט ווערן מיט קליידער און געלט. אַ מחי'!"

נאָכאַלץ האָבן עטליכע געצווייפלט אינעם געדאַנק. זיי האָבן זיך אָפּגערעדט: “אָבער, מיר קענען דאָך נישט זינגען און נישט שפּילן – מיט וואָס קענען מיר קעגן גיין דעם קעניג?"

דערנאָך האָבן זיי זיך געטרייסט: "פאַרקערט, מיר וועלן שאַלן און טריאומפירן מיט פּשוט'ע גלאַטע קולות, און דער קעניג וועט זען אַז מיר קענען נישט מער פון דעם, און דער קעניג וועט פאַרשטיין אַז דאָס קומט אין רעזולטאַט פון אונזער אָרימקייט, אַזוי וועט ער זיךדערבאַרעמען
אויף אונז און אונז צוליב טון!"

אָט דאָס איז דער סוד פון די תקיעות – האָט דער חתם סופר געזאָגט. מיר שאַלן און בלאָזן פּשוט'ע קולות און דורך דעם פועל'ן מיר אויס אַ גוט געבענטשט יאָר.

בילד: דער הייליגן חתם סופר זי"ע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל