מיאמי. – א באריכט צייגט אז פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט אויסגעמעקט וואויסמעילס פון זיין טעלעפאן סיסטעם, וואס די וואויסמעילס זענען געווען פון די איינגעשטעלטע אינעם פלארידע נוירסינג היים וועלכע האבן זיך געבעטן פאר עמורדזשענסי הילף, אפאר טעג בעפאר 11 עלטערע מענטשן זענען דארטן געשטארבן אין די טעג נאך האריקעין אירמע. עטליכע מיאמי זשורנאליסטן זאגן אז זיי האבן געשיקט א ביטע צום גאווערנאר'ס אפיס, נאכדעם וואס די נוירסינג היים באאמטע האבן געזאגט אז זיי האבן זיך געבעטן ביי די סטעיט אין עטליכע וואויסמעילס, צו שיקן באלדיגע הילף.

א ווארטזאגער פאר'ן גאווערנאר האט געענטפערט אז די וואויסמעילס זענען שוין אויסגעמעקט געווארן. דעם גאווערנאר'ס ווארטזאגער האט געענטפערט אז די וואויסמעילס זענען נישט פארמעקט געווארן מיט'ן ציהל צו באהאלטן עפעס, נאר וויבאלד די גאווערנאר'ס געהילפן האבן געשיקט ווייטער די ביטע פון די נוירסינג היים פאר די עמורדזשענסי אגענטורן, און וועגן דעם האבן זיי שוין נישט געזען פאר וויכטיג צו האלטן די וואויסמעילס און האבן עס אויסגעמעקט.

בילד: פלארידע גאווערנאר האט פארמעקט עמורדזשענסי וואויסמעילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל