יאמערליכע סירענעס האבן געריסן ביי לי און ראסס, א האלבע שעה צוריק, נאך וואס א ניי געבוירן קינד איז אריין געפאלן אין א וואנע.

די מאמע איז - אין גרויס פארלוירנקייט - ארויסגעלאפן אויף די גאס מיט די קינד אין די הענט, און אראפ געלייגט דאס קינד אויף דער ערד, ווארטנדיג אויף הילף פון די פארבייגער.

ביז געציילטע מינוטן זענען אנגעלאפן א גרופע הצלה וואלונטירן, וואס האבן זיך געהאלטן אין איין פארמערן פון מינוט צו מינוט. זיי האבן געטראפן דאס קינד אין א 'קארדיאק ארעסט' צושטאנד, און געארבעט פאר עטליכע קריטישע מינוטן דארט אינמיטן די גאס, געבענדיג סי-פי-אר, און דערנאך אריינגעפירט אין איילעניש אין שפיטאל מיט אן אמבולאנס צו ברוקלין האספיטאל.

דאס קינד געפינט זיך אין א צופרידענשטעלנד צושטאנד ב"ה.

Image result for hatzolah ambulance of williamsburg

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל