קוועלער אינעם ווייסן הויז האט איבערגעגעבן פאר די פרעסע אז דער פרעזידענט גרייט זיך צו ענדיגן די ״דאקא״ פראגאם, אויך באקאנט אלס ״דריעמערס״ פראגראם, א פראגראם וועלכע פרעזידענט אבאמא האט געפארמט צו פארזיכערן אז יוגנטליכע וועלכע האבן זיך אויפגעצויגן אין אמעריקע און זענען אהערגעברענגט געווארן אלס קליינע קינדער זאלן מעגן פארבלייבן און ארבייטן אין אמעריקע. די פראגראם איז געווען געצילט צו לעזן דעם ברענעדיגן פראבעם פון 800,000 מענטשן וועלכע זענען פולשטענדיגע אמעריקאנער, זיי רעדן ענגליש, האבן זיך אויפגעצויגן דא, און טייל פון זיי האבן מער נישט קיינעם אין מעקסיקא. אבער זיי האבן נישט קיין לעגאלע סטאטוס וויבאלד זיי זענען נישט דא געבוירן געווארן.

אונטער דעם דאקא אדער ״דריעמערס״ קענען די יונגטליכע גיין געהעריג אין קאלעדש, נעמען ארבייט, און צאלן שטייערן, ווילאנג מען טרעמפ א פערמענאנטע לעגאלע לעזונג פאר זיי. די פראגראם ברענגט אריין שווערע ביליאנען פאר די רעגירונג וויבאלד זיי קענען ארבייטן לעגאל ברענגען זיי אריין געלט אין שטייערן און טוען אויך ביישטייערן זייערע טאלאנטען פאר די עקאנאמיע. א לעצטערע שטודיע זאגט אז די ״דריעמערס״ זענען ערווארטעט צו ביישטייערן א געשאצטע 329$ ביליאן דאלער פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע.

אין די לעצטע טעג זענען געהערט געווארן ביטעס פון הונדעטער ביזנעס פירער וועלכע זאגן אז דאס ענדיגן דאקא וועט האבן א שווערע עפעקט אויף זייערע קאמפאניס, און אזוי אויך האבן רעפובליקאנער געזעצגעבער אויסגעדריקט שטיצע פאר דעם פראגראם. און עס געניסט אויך פון ברייטע שטיצע אין ביידע פארטייען. לויט די יעצטיגע פלענער פון ווייסן הויז וועט דער פרעזידענט געבן פאר קאנגרעס זעקס מאנאטן צו אויפקומען מיט אן אלטערנאטיוו צו דאקא און אויב וועט קאנגרעס נישט אויפקומען מיט א געזעץ וועט די פראגראם ווערן אפגעשאפן.

בילד: טראמפ אדמינסטראציע גרייט זיך צו ענדיגן די דאקא פראגראם

בילד: טראמפ אדמינסטראציע גרייט זיך צו ענדיגן די דאקא פראגראם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל