וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פון פארשידענע אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, אז ווי עס האלט דערווייל, זעט נישט אויס אז אמעריקע וועט האבן גענוג שטיצע דורכצופירן א נייע רעזאלוציע אינעם יו-ען זיכערהייט קאונסיל ארויפצושטעלן נייע הארבע סאנקציעס אויף צפון קארעא. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי האט אונטערגענומען א קאמפיין אז אויף סעפטעמבער 11 זאל באשטעטיגט ווערן א פעקל נייע סאנקציעס דורכ'ן זיכערהייט קאונסיל, אבער דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס רוסלאנד איז א מיטגליד אינעם קאונסיל און האט מאכט צו וועטאאירן סיי וועלכע אפשטימונג, האט נעכטן געזאגט אז סתם ארויפצושטעלן נאך סאנקציעס אויף צפון קארעא, "איז א שאסיי וואס וועט נישט פירן אין ערגעץ". נעכטן האט מען אויך געהערט פון צפון קארעא'ס יו-ען רעפרעזענטאט, אז די פרישע נוקלעארע טעסט, וואס דער רעזשים האט דורכגעפירט, איז געווען "א געשאנק פאר די פאראייניגטע שטאטן".

בילד: קאלטקייט צו פרישע צפון קארעא סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל