בערלין – אייראפעאישע אידישע ארגאניזאציעס האבן אויסגעדרוקט ערנסטע זארג איבער'ן וואל אויסגאנג אין דייטשלאנד, וואו די עקסטרעם-רעכטע "עי-עף-די" פארטיי איז אריינגעקומען גאר שטארק אין די פארלאמענט וואלן. לויט די יעצטיגע ציפערן, שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכמיטאג, האט די רעכטע פארטיי באקומען 13.5 פראצענט פון אלע אפגעגעבענע שטימען, וואס באדייט אז זיי וועלן זיין די דריט-גרעסטע פארטיי אינעם פארלאמענט, צום ערשטן מאל אין מער ווי פופציג יאר פונעם עקזיסטענץ פון דער עקסטרעם-רעכטער פארטיי. די אייראפעאישע אידישע קאנגרעס האט אין א סטעיטמענט געבעטן פון די צענטריסטישע פארטייען זיך צו האלטן צו זייער פארשפרעכונג נישט אריינצונעמען די עקסטרעם רעכטע פארטיי אין א רעגירונג-קאאליציע, זאגנדיג אז פילע פון די פאליסי פאזיציעס און סטעיטמענטס וואס פיגורן פון די עקסטרעם רעכטע פארטיי האבן געלאזט פאלן אין לויף פון די לעצטע יארן זענען ערנסט באזארגנד פאר אידישע איינוואוינער אין דייטשלאנד, וועלכע האבן מורא אז די רעכטע וועלן זוכן איינצופירן אנטיסעמיטישע געזעצן צו טשעפען אידן.

בילד: זארג איבער דייטשלאנד וואל אויסגאנג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל