בילד: באדייט פון אנטיסעמיטיזם אויסגעברייטערט אין דייטשלאנד

בערלין – די דייטשע רעגירונג האט דורכגעפירט א ניי געזעץ, וועלכע וועט אויסברייטערן דעם באדייט פון אנטיסעמיטיזם, און ס'וועט מאכן גרינגער די רעגירונג צו אינפארסירן געזעצן וועלכע באשיצן אידן פון אנטיסעמיטישע אטאקעס און טשעפערייען. דייטשלאנד'ס קאנצלער ענגעלע מערקעל און אירע מיניסטארן האבן שוין געזאגט עטליכע טעג צוריק אז זיי שטיצן דעם פארשלאג פאר'ן נייעם געזעץ, וועלכע זאגט אז סיי וועלכע אידישע ביזנעס אדער געשעפט וואס ווערט אטאקירט וועט ווערן פאררעכנט אלס אן אנטיסעמיטישע אטאקע, און אויך אויב א נישט-איד ווערט אטאקירט פאר אנטיסעמיטישע סיבות, וועט עס ווערן פאררעכנט אלס אנטיסעמיטישע אטאקע, און עס איז טאקע אדאפטירט געווארן דורך דער רעגירונג מיט צוויי טעג צוריק.

די אייראפעאישע אידישע קאנגרעס האט באגריסט דעם באשלוס פון דער דייטשער רעגירונג, אנצייגנדיג אז פילע לענדער איבער דער וועלט האבן זיך שוין אנגעשלאסן אין דער באוועגונג אויסצוברייטערן די דעפעניציעס און באדייטן פון אנטיסעמיטיזם, כדי צו קענען בעסער באקעמפן דעם לעצטיגן אנטיסעמיטישן אויפשטייג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל