טראץ וואס די דוישטע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט די עקסטרעם רעכטע און נאצינאנליסטישע פארטיי ״אלטערנאטיוו פאר דייטשלאנד״ איבערראשט ביי די וואלן און אנגעצויגן פיל מער ווי מען האט ערווארטעט, די עי-עף-די פארטיי האט קאמפיינט אויף א פלאטפארמע פון פיינטשאפט קעגן די איבער איין מיליאן אימיגראנטן וואס דייטשלאנד האט אריינגענומען און האבן באוויזן צו אויפוועקן נאציאנאליסטישע געפילן צווישן די דייטשן, די פארטיי האט ביז היינט אנגעצויגן צו ווייניג שטימען צו באקומען זיצן אין פארליאמענט אבער ביי די וואלן האבן זיי צום ערשטן מאל אנגעצויגן גענוג שטימען און אריינגעקומען ביים דריטן פלאץ מיט ארום 13% פון אלע שטימען.

די געווינס האט געברענגט א שאק אין דייטשלאנד, א לאנד וואס לעבט נאך אין שאטן פון איר פאשיסטישע פארגאנגענהייט, און אלע פארטייען האבן פארשפראכן אז זיי וועלן נישט מיטארבייטן מיט די נאציאנאליסטן, און די גרינע פארטיי האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי זאגן אז זיי קענען נישט טאלערירן די פאקט אז ״נאציס״ זאלן נאכאמאל באקומען זיצן אין פארליאמענט. און אזוי אויך האט מען געהערט פון פארשידענע אידישע גרופעס וועלכע האבן אויסגערופן אנטוישונג און פארדרוס איבער די געווינס פון די נאציאנאליסטן און די אנטי דעפעמאציע ליגע האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די פארטיי דערמאנט די טונקעלע פארגאנגענהייט פון דיישטאלנד.

די אויסגאנג פון די וואלן צייגט אז די צענטער רעכטע פארטיי פון מערקעל האט אנגעצויגן ארום 32% און דערמיט פארזיכערט פאר מערקעל א פערטע טערמין, און דערנאך איז אריינגעקומען א ווייטע צווייטע די סאציאלע דעמאקראטן אונטער מארטין שולץ מיט בלויז עטוואס העכער 20% און ביים דריטן פלאץ זענען אריינגעקומען די נאציאנאליסטן, און מיט די איבעריגע שטימען האבן זיך צוטיילט די פרייע דעמאקראטן. די גרינע פארטיי. אין ליכט פון די דורכפאל פון די סאציאלע דעמאקראטן האבן זיי פארשפראכן צו בלייבן אין די אפאזיציע, א זאך וואס וועט שעטלן א שוועריגקייט פאר מערקעל צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע.

בילד: טראץ שטארקע געווינס פאר מערקעל: דייטשע נאציאנאליסטן האלטן אפ טיילווייזע געווינס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל