די לעצטע טעסט וואס נארט קארעא האט אפגעהאלטן איז איר זעקסטע נוקלעארע טעסט זינט 2006, און די ערשטע אין די לעצטע יאר. די טעסט איז געווען גאר מאכטפול, פילפאכיג שטערקער ווי די לעצטע נוקלעארע טעסט וואס זי האט דורכגעפירט מיט א יאר צוריק וואס איז געשאצט געווארן ביי א שטארקייט פון ארום 15 קילא טאן, אומגעפער אזוי שטארק ווי די אטאם וואס אמעריקע האט געווארפן העכער נאגאסאקי אין יאפאן, אבער דאסמאל איז עס געווען א געשאצטע 120 קילאטאן און האט זיך געשפירט ווי אן ערדציטערניש הונדערטער מיילן ווייט.

נאך פאר עס איז באשטעטיגט געווארן דורך נארט קארעא האבן שוין אויטאריטעטן אין יאפאן און אין סאוט קארעא געוויסט איבער דעם פראבע צוליב די ערד ציטערניש וואס זי האט געברענגט מיט זיך, ארום 12:30 האט זיך געשפירט א 6.3 ציטער אויפ׳ן ריכטער וואג, און איז געווארן נאכגעפאלגט מיט נאך א ציטער פון ארום 4.1 אויפ׳ן ריכטער וואג. שפעטער אין טאג האט נארט קארעא באשטעטיגט דעם פראבע און האבן פארעפנטליכט א בילד אין וועלכע מען זעהט דעם דיקטאטור קים יאנג אָן אנגעבליך באטראכט דעם באמבע פאר די פראבע.

די רעזשים האט געזאגט אז די אטאמישע אויפרייס איז געווען פון א ״היידראזשין״ באמבע, אזאנס וואס זיי קענען ארויפלייגן אויף אן אינטערקאנטינענטאלע מיסיל שפיץ. א היידראזשים באמבע קען זיין ביז טויזנט מאל מער מאכטפול ווי א געווענליכע נוקלעארע מיסיל די שטארקייט ווי דאס וואס אמעריקע האט געווארפן אויף יאפאן און אומגעברענגט 200,000 מענטשן. די יעצטיגע באמבע איז טאקע געמאסטן געווארן צו זיין ארום צען מאל שטארקער ווי די פריערדיג אטאמישע באמבעס וואס זי האט ארויספרובירט.

היידראזשין באמבעס זענען א גאר פארגעשריטענע אטאמישע מעגליכקייט וואס ווייניגע לענדער באזיצן, און צוליב איר מאכטפולקייט קען מען עס אריינשטופן אין א קלענערע שפיץ, וואס באדייט אז עס קען פליען פיל ווייטערע שטרעקעס. א ספעציאליסט פאר אטאמישע וואפן האט ערקלערט ״מיט א געווענליכע אטאמישע באמבע קען מען פארניכטן האלב מאנהעטן, מיט א היידראדשין באמבע קען מען אפווישן גאנץ ניו יארק אן קיין איין איבערלעבער״. בלויז 5 לענדער איבער די וועלט האבן ביז היינט געהאט היידראזשין טעכנאלאגיע, דאס רעכנט אריין אמעריקע, כינע, ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד.

בילד: מאכטפולע טעסט פון היידראדשין באמבע שפירט זיך הונדערטער מיילן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל