אין ירושלים איז נעכטן פארגעקומען שטורמישע פראטעסטן דורך חסידי תולדות אברהם יצחק נאכדעם וואס אן אייניקל פון רבי׳ן שליט״א איז ארעסטירט געווארן צוליב דעם וואס ער איז נישט נאכגעקומען די פארשריפטן פון די מיליטערישע אינסטאנצן און איז פאררעכטן געווארן ווי א דעזערטירער. די פראטעסטן זענען פארגעקומען נעבן צענטראלע שאסייען.

טייל פון די פראטעסטירער האבן זיך געשטעלט אינמיטן די גאס צו אפשטעלן די טראפיק, און דאס האט פראוואקירט די פאליציאנטן וועלכע האבן רעאגירט מיט שוידערליכע ברוטאליטעט, אין איין פאל וועלכע איז רעקארדירט געווארן אויף ווידיא זעט מען ווי א פאליציאנט שליידערט אראפ אויף דער ערד איינע פון די פראטעסטירער, דער אינגערמאן האט געדארפט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג צוליב שווערע וואונדן, אזוי אויך האבן זיי געשטויסן און געשלאגן אויף א גאר ברוטאלע אופן.

די אויפפירונג איז שטארק פארדאמט געווארן, נישט בלויז דורך חרדי׳שע אידן נאר אויך דורך די אלגעמיינע פרעסע אין מדינת ישראל, און אזוי אויך דורך א רייע כנסת מיטגלידער פון די פרייע און לינקע פארטייען. פאליציי האט אין רעאקציע געזאגט אז די פראטעסטירער האבן געווארפן שטיינער און זיך באנוצט מיט געוואלדטאטן פון וועלכע 8 פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן, אבער האבן געמאלדן אז זיי וועלן עפענען א אויספארשונג דערוועגן און די פאליציאנטן וועלן אויסשטיין שטראפן פאר זייער איבערגעטריבענע רעאקציע.

בילד: שטורעם אין מדינת ישראל צוליב פאליציי ברוטאליטעט קעגן חרד׳ישע פראטעסטירער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל