וואשינגטאן – די 2 רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם און ביל קעסידי, וועלכע שטייען אונטער דער לעצטיגער פראבע צו אנולירן אבאמאקעיר, האבן נעכטן געזאגט אז זיי געבן דערווייל נישט אויף די האפענונג אויף זייער ביל, ווייל ס'קען נאך זיין אז עטליכע סענאטארן וועלן טוישן זייער מיינונג און יא שטיצן דעם ביל – וואס דער לעצטער שאנס וואס די רעפובליקאנער האבן אפצושאפן אבאמאקעיר, איז היינטיגע וואך שבת. גרעהעם און קעסידי האבן אויסגעדרוקט אפטימיזם נאכדעם וואס זיי האבן פובליצירט א נייע איבערגעמאכטע ווערסיע פון זייער ביל, וועלכע וועט באשטעטיגן דירעקטע געלטער פאר אלאסקע, אריזאנע, קענטאקי און מעין, וואס די צוויי סענאטארן האבן דוקא געצילט די סטעיטס, וועלנדיג אריבערגעווינען די שטיצע פון די רעפובליקאנער סענאטארן וועלכע האבן שוין דערקלערט אז זיי וועלן שטימען דערקעגן: סענאטארשע מורקאוסקי פון אלאסקע, סענאטאר מעקעין פון אריזאנע, סענאטאר פאול פון קענטאקי און סענאטארשע קאלינס פון מעין. סענאטאר פאול האט שוין דערקלערט אז ער וועט נישט שטיצן דעם ביל טראץ די פרישע געלטער וואס איז אריינגעשטעלט געווארן פאר זיין סטעיט, און פון סענאטאר מעקעין האט מען דערווייל אויך נישט געהערט קיין מיינונגס טויש.

בילד: רעפובליקאנער האפן נאך אלץ אויף טראמפקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל