פראנקרייך — א געריכט אין דוזאן, פראנקרייך האט געאורטיילט אז אלגעמיינע פובליק שולעס אין לאנד, זענען פארפליכטעט צוצושטעלן כשר'ע עסן פאר די אידן און מוסלעמענער וואס לערנען דארט, און אויב עס ווערט נישט אויסגעפירט, וועט עס ווערן פאררעכנט אלס מענטשן רעכטן פארלעצונג. דאס קומט נאך א באשלוס מיט צוויי יאר צוריק דורך דער ארטיגער שטאט–ראט, וועלכע האט איינגעמאלדן אז זי וועט מער נישט צושטעלן די ספעציעלע אייגנארטיגע מאלצייטן פאר אידן און מוסלעמענער וואס לערנען אין די שטאטישע שולעס. אלס רעאקציע האט זיך די 'מוסלעמענער ליגע פאר געזעץ' געוואנדן צום געריכט, און געקלאגט קעגן דעם באשלוס, מיט דער טענה אז דאס איז א דירעקטע פארלעצונג אין די רעכטן פון אזעלכע וואס זענען נישט ערלויבט צו עסן נישט כשר'ע מאלצייטן, און אצינד האט דאס געריכט טאקע אנגענומען די קלאגע און זיי געגעבן גערעכט.

בילד: פראנצויזישער אורטייל איבער כשר'ע עסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל