באסטאן, מאססאטשוסעטס – וועלטשענער ניס, באקאנט אלס "וואלנאטס", אקטיוויזירט די חלק פונעם מח וואס רעגולירט הונגער און תאות האכילה. די שטודיע איז אדורכגעפירט געווארן דורך די "בית ישראל מעדיקל סענטער" אין באסטאן, דורך נעמען בילדער וויאזוי די מח כוואליעס לויפן נאכ'ן עסן וואלנאטס און וויאזוי אין אנדערע צייטן.

וואלנאטס זענען רייך אין נערונג און געוויסע שטודיעס האבן פארגעשלאגן אז זיי שטארקן געפילן פון זאטקייט און קענען אנטמוטיגן פון זיך איבערעסן. אבער די קליינע שטודיע איז די ערשטע צו ווייזן אז וואלנאטס האבן גאר אן אפעקט אויפ'ן מח.

אדורכצופירן די שטודיע האבן דאקטוירים גענומען צען פעשע מענטשן, און זיי געהאלטן אין א קאנטראלירטע ארט, פאר צוויי פינף-טאגיגע סעסיעס.

די ערשטע פינף טעג האט מען זיי געפיטערט טעגליך מיט געטראנקען פאבריצירט פון צעמאלענע פרוכט און ניס, וועלכע האבן געהאט אריינגעמישט 48 גראם וואלנאטס, די רעקאמענדירטע פארציע לויט פארשער, און נאך נערונג.

די אנדערע פינף טעג האט מען זיי געגעבן דעם זעלבן געטראנק, אריינגעלייגט די זעלבע מאס און סארט נערונג ווי די פריערדיגע, אבער ריין פון וואלנאטס.

ביידע געטראנקען האבן געהאט גענוי דעם זעלבן טעם.

נאך יעדע פינף-טאגיגע סעסיע האבן "סנעקס" איז וואו מענטשן פארלירן עס דאס מערסטע, וויבאלד עס גייט אלץ בדרך אגב און איז שווערער צו מעסטן. אויב סנעקס זענען בלויז גרינצייג געבט עס נאר צו צום געזונט, זאטקייט און בעסער לעבן. די דאקטוירים גענומען בילדער פון די מח כוואליעס, ווען בשעת מעשה האט מען געוויזן פאר די באטייליגטע אין די שטודיע בילדער פון אומגעזונטע מאכלים וועלכע זיי גלייכן שטארק; נייטראלע זאכן ווי שטיינער און בלומען; און נישט אזעלכע ציענדע מאכלים, א שטייגער ווי גרינצייג.

ווען די מענטשן האבן געהאלטן הארט נאך די -5 טאגיגע וואלנאט-רייכע דיעטע, זענען די כוואליעס אינעם טייל פונעם מח גערופן "די רעכטע אינסולא", געווען זייער שטארק אקטיוו ווען זיי האבן באטראכט בילדער פון רייצנדע מאכלים.

לויט די פארשער איז דער ספעציפישער טייל פון מח פאראנטווארטליך איבער דעם חלק המחשבה וואס קאנטראלירט וויאזוי מען זאל באטראכטן עסן.

דאס מיינט, אז ווען 'די רעכטע אינסולא' ארבעט שטארקער, נוצט מען מער שכל צו באשטימען וואס צו עסן און וויפיל, אנשטאט סתם לויט די געפילן פונעם 'לב חומד'.

די מענטשן האבן דעמאלטס ענדערש אויסגעוועלט צו עסן נארמאלע פארציעס פון געזונטע מאכלים, אפילו אזעלכע וועלכע אפעלירן נישט אזוי שטארק צו די 'געפילן', וויבאלד דער טייל פון זייער 'שכל' וואס פאסט די באשלוסן ווען עס קומט ארויף די שאלה "מה נאכל?" האט שטארקער געארבעט.

די שטודיע איז טאקע ארויסגעקומען אין טעג ווען ביי ערליכע אידן עסט מען נישט קיין "אגוזים", אבער געדענקט נאך שבת בראשית אז עס שאדט נישט צוצולייגן א פארציע וואלנאטס צו די דיעטע.

בילד: וואלנאטס אנטדעקט אלס הילף צו נוצן דעם שכל במקום סעודה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל