וואשינגטאן — פרעזידענט טראמפ האט נעכטן שאקירט וואשינגטאן, און ספעציפיש געשיקט א ציפעדיגן מעסעדזש פאר די רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס און אין סענאט, מיט'ן מעלדן אז ער איז איינגעגאנגען אויף א דיעל מיט די דעמאקראטישע פירער, און ער שטיצט זייער געדאנק צו באשטעטיגן א שנעלן ביל וואס וועט פארמיידן א רעגירונג שאטדאון און העכערן דעם פעדעראלן בארגן לימיט פאר די קומענדיגע 3 חדשים. די רעפובליקאנער האבן געוואלט ארבעטן אויף א ביל וואס וואלט אויף נאך לענגער געהעכערט דעם בארגן לימיט, אבער טראמפ האט זיך אויסגעלאכט פון די רעפובליקאנער ביטעס, און נאך א זיצונג אין אוועל אפיס, האט ער געמאלדן דעם דיעל וואס ער האט געמאכט מיט'ן דעמאקראטישן סענאט פירער טשאק שומער און דעמאקראטישן קאנגרעס פירער נענסי פעלאוסי. שפעטער פארנדיג אויף "עירפארס וואן", איז אנגעצייגט געווארן אז דער פרעזידענט האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן באציען צו שומער און פעלאוסי אלס "טשאק און נענסי", מיט א פריינטליכן אויסדרוק.

בילד: טראמפ מאכט דיעל מיט דעמאקראטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל