וואשינגטאן – "עקסיאס" באריכטעט אז שאן ספייסער, דער געוועזענער ווייסער הויז ווארטזאגער אין די ערשטע מאנאטן פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, האט געהאלטן א פריוואטן נאטיץ ביכל, אין וועלכע ער האט אריינגעשריבן יעדן איינציגן דעטאל פון וואס עס איז פארגעגאנגען אין ווייסן הויז ווען ער האט דארטן געארבעט, אנפולנדיג פילע נאטיץ ביכלעך, מיט דעטאלן פון זיצונגען אין אוועל אפיס מיט אנדערע הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע. עקסיאס שפעקולירט אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, וועט מעגליך פארלאנגען פון ספייסער אהינצוגעבן די נאטיץ ביכלעך, וועלנדיג דערשנאפן צי עס זענען דארטן אריינגעשריבן געווארן עפעס דעטאלן וואס קענען העלפן מיט דער אנגייענדיגער אויספארשונג. א ווייסער הויז קוואל האט געזאגט פאר עקסיאס אז ספייסער'ס ציל מיט'ן אפשרייבן די אלע זאכן, איז געווען פשוט ווייל דאס האט אים געהאלפן טאן בעסער זיין דזשאב, צו געדענקען יעדנ'ס קאמענטארן און סטעיטמענטס, אבער עס דערמאנט פון די פריוואטע נאטיץ ביכלעך וואס דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי האט אפגעשריבן איבער זיינע זיצונגען און געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ, וואס מען ווייסט שוין אז מוללער האט קאפיעס פון די קאומי נאטיצן.

בילד: ספייסער האט געשריבן נאטיצן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל