דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט היינט אויפגעלעזט דעם פארליאמענט און פאררופן פרישע וואלן, ער זאגט אז ער זוכט א פרישע מאנדאט צו נעמען א שטרענגע מיליטערישע שטעלונג קעגן נארט קארעא, די וואלן זענען פאררופן געווארן זייער פלוצלינג און זיינע פאליטישע קעגנער באשולדיגן אים אין אויסנוצן די אנגעצויגענע צייט צו צעמענטירן זיין מאכט, ווי עס שיינט וועט די וואלן שוין פארקומען אזוי פרי ווי דעם קומענדיגע אקטאבער 22. יאפאן איז א לאנד אין וועלכע דאס פאלק איז שטארק קעגן מיליטערישע אקציעס און די לעצטע רייבערייען מיט נארט קארעא ברענגט דערצו אז צום ערשטן מאל זינט דעם צווייטן וועלט קריג שטייט יאפאן פאר די מעגליכקייט פון נוצן מיליטערישע מאכט. אבעי איז שטארק פאפולער אין יאפאן יעצט און ווערט געזען אלס א סטאבילע פירער וועלכער קען זיך פארמעסטן מיט די געפאר פון נארט קארעא, דאס קען אים העלפן אין די וואלן, און עקספערטן האלטן אז ער וועט געווינען א שטארקע מערהייט פון די זיצן אין פארליאמנט און אנעקעטעס זאגן אז ער וועט קריגן ארום 44% פון אלע שטימען, און זיינע קעגנער וועלן געווינען בלויז אין די איינצעלע נומערן.

בילד: יאפאנער פרעמיער מיניסטער פאררופט פריהצייטיגע וואלן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל