וואשינגטאן – אויטאריטעטן פון 123 לענדער, אריינגערעכנט די אמעריקאנער "עסנווארג און מעדיצין אדמיניסטראציע", האבן אונטערגענומען שריט קעגן הונדערטער ביזנעסער וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין אומלעגאל פארקויפן מעדיצינען דורכ'ן אינטערנעט. די אינטערנאציאנאלע פאליציי אגענטור "אינטערפאל" האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די אפעראציע, מיט'ן צונאמען "אפעראציע פאנזשיא עקס", נעמט אריין 197 פאליציי אגענטורן, קאסטומס אגענטורן און געזונטהייט רעגולאציעס אויטאריטעטן פון איבער דער וועלט, און עס האט שוין דערווייל געפירט סוקסעספול צו דער קאנפיסקירונג פון 25 מיליאן אומלעגאלע און נאכגעמאכטע מעדיצינען. די אמעריקאנער "עף-די-עי" זאגט אז איר קאמפיין צילט ספעציפיש ארום פינף הונדערט וועבסייטס וועלכע פארקויפן די מעדיצינען וועלכע זענען פאלש און נאכגעמאכט פון די עכטע "ברענד נעים" מעדיצינען, און זי האט שוין געשיקט ווארענונג בריוון צו טייל פון די פירמעס, און אויך פארכאפט קאנטראל אויף א גרויסע פראצענט פון די וועבסייטס. אינטערנאציאנאלע געזונטהייט באאמטע זאגן אז דער פארקויף פון די פאלשע מעדיצינען איז אן ערנסטער געפאר, וויבאלד מענטשן קויפן עס און נעמען עס איין ווי גלייך ס'איז די עכטע מעדיצין און האלטן זיך דעריבער אפ פון קריגן וויכטיגע מעדיצינישע באהאנדלונג.

בילד: גלאבאלע אפעראציע קעגן מעדיצין וועבסייטס 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל