פילאדעלפיע, פענסילוועניע – 2 פון יעדע 3 אמעריקאנער זענען איבערוואג און אונטער ריזיקע צו ליידן פון א רייע געזונטהייט פראבלעמען רח"ל. יעדעס יאר לאזן זיך ארום 45 מיליאן אמעריקאנער ארויס אויף דיעטע, אבער נאנט צו 40% פון די וועלכע זענען שוין יא מצליח צו פארלירן וואג, באקומען צוריק כאטש העלפט ביז צוויי יאר. די שאלה איז פארוואס? בעסער געפרעגט, וואס איז דער סוד פון די געווינערס וועלכע פארלירן וואג און בלייבן מיט א געזונטע וואג? דער ענטפער ליגט אין אלטן אידישן שפריכווארט: שטייט גייט מען ווייט.

א שטודיע, אדורכגעפירט דורך פארשער אין "דרעקסעל יוניווערסיטעט", פילאדעלפיע, האט גענומען 183 מענטשן, אלע פון זיי איבערוואגיג אדער פעש (אביעז), און פאר א יאר צייט ארויפגעלייגט אויף וואג-פארלוסט פראגראמען. מען האט קאנטראלירט זייערע סעודות, געציילט וויפיל קאלעריעס זיי עסן, און געמאכט מיט זיי פיזישע אקטיוויטעטן און געזונטע איבונגען. אויך האבן די פארשער געהאלטן חשבון איבער אלע אויפפירונגען וועלכע זענען פארבינדן מיט הונגער און עסן, א שטייגער ווי אומפארשטענדליגע הונגער און עמאציאנאלע סעודות (ווען מען עסט נישט צו זיך זעטיגן, נאר צו דערשטיקן אומבאקוועמע געפילן). יעדע וואך דורכאויס די שטודיע האט מען זיי אלע אפגעוואויגן.

מיט צוויי יאר שפעטער האט מען ווידעראמאל אפגעוואויגן אלע באטייליגטע. די וועלכע זענען געווען רואיג אבער סאליד אין אנהייב, פארלירנדיג כסדר אין די ערשטע 6 און 12 וואכן – אפילו בלויז איין פונט וועכנטליך, אבער האבן זיך נישט געלאזט צוריקפאלן – האבן ווייטער פארלוירן וואג און נאך אנגעהאלטן א געזונטע וואג און דיעטע מיט 24 חדשים שפעטער. די וועלכע האבן , גלייך פארלוירן פיר פונט, צוריק גענומען 2 פארלוירן דריי און אזוי ווייטער געשפרינגען ארויף און אראפ מיט גרעסערע ציפערן, האבן נישט מצליח געווען אויפ'ן לענגערן טערמין.

בילד: די סוד פון א דערפאלגרייכע וואג-פארלוסט: שטייט גייט מען ווייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל