וואשינגטאן – דער פרישער פלאן און פרואוו פון די רעפובליקאנער אינעם סענאט צו אנולירן, אדער אמווייניגסטנס אפשוואכן, אבאמאקעיר, האט נעכטן באקומען פרישע מאמענטום, ווען מער און מער רעפובליקאנער סענאטארן זענען ארויסגעקומען און דערקלערט אז זיי נעמען עס גאנץ ערנסט. נעכטן האט מען געהערט פונעם רעפובליקאנער אריזאנע גאווערנאר דאוג דוסי אז ער שטיצט דעם ביל, וואס דוסי'ס אינדארסמענט פאר'ן ביל איז וויכטיג ווייל דער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין האט געזאגט אז ער וועט שטיצן דעם ביל אויב זיין גאווערנאר וועט עס שטיצן, און אויב סענאטאר מעקעין וועט שטיצן דעם ביל, וועלן א גרופע אנדערע מעסיגע רעפובליקאנער סענאטארן עס אויך שטיצן. דער ביל האט זיך אויך פאראויסגערוקט אויף אנדערע פראנטן, ווען די סענאט פינאנץ קאמיטע האט געזאגט אז זי וועט אפהאלטן א פארהער אויפ'ן ביל, און אויך האט די קאנגרעס בודזשעט אפיס געזאגט אז זי וועט קומענדיגע וואך פובליצירן איר אפשאצונג אויפן ביל. די אפשאצונג וועט נאר זיין צי דער ביל וועט רעדוצירן דעם פעדעראלן בודזשעט, אבער נישט צי עס וועט שניידן דעקונג פון אמעריקאנער בירגער – וואס איז אויך א פאטש פאר די דעמאקראטן, וועלכע האבן געהאפט אז דער באריכט וועט צייגן אז דער ביל וועט שניידן דעקונג פון מיליאנען, וואס דערמיט וואלט דער ביל פארלוירן פאפולאריטעט.

בילד: פרישע אבאמאקעיר-אנולירונג מאכט פארשריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל