וואשינגטאן – דער טראוועל און פליטים פארבאט, וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט געלייגט אויף זעקס מאיאריטעט-מוסולמענער לענדער, לויפט אפ היינט זונטאג. דער פארבאט, וואס דער פרעזידענט האט אוועקגעשטעלט דורך אן עקזעקוטיוו ארדער, האט געברענגט ערנסטע קאנטראווערסיע און פילע ליבעראלע גרופעס זענען געלאפן אין געריכט צו קלאגן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, צי ווייל דער פרעזידענט האט נישט די סארט מאכט, אדער ווייל עס איז דיסקרימינאטיוו קעגן מוסולמענער גלויביגע, און דערווייל איז מען נאך אלץ פארפלאנטערט מיט די געריכטליכע פראצעדורן, און א סופרים קאורט פראצעס איבער דעם וועט זיך אנהייבן אקטאבער 10. דער טראוועל פארבאט איז אריגינעל געווען באשטעטיגט בלויז אויף ניינציג טעג, און היות די ניינציג טעג קומען היינט צו אן ענדע, האבן טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע געזאגט אז זיי ארבעטן אויף א נייעם טראוועל פארבאט, וועלכע וועט זיין אין אפעקט אויף לענגער ווי ניינציג טעג.

בילד: טראוועל פארבאט לויפט אפ היינט זונטאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל