וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט קומענדיגע וואך דינסטאג באזוכן פארטא ריקא, וועלכע געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד נאכ'ן באטראפן ווערן פון האריקעין מאריא מיט א וואך צוריק. טראמפ האט געמאלדן זיין געפלאנטן באזוך נאכדעם וואס ער איז געקומען אונטער קריטיק פאר'ן זיך נישט קימערן מיט'ן צושטאנד אין פארטא ריקא אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי ער האט זיך געקימערט מיט'ן צושטאנד אין טעקסאס נאך האריקעין הארווי עטליכע וואכן צוריק, טראץ וואס די פארטא-ריקאנער איינוואוינער זענען פונקט אזעלכע אמעריקאנער בירגער. נעכטן האט מען טאקע אנגעהויבן הערן מער דעטאלן איבער וואס די טראמפ אדמיניסטראציע און די פעדעראלע רעגירונג טוען ארויסצוהעלפן פארטא ריקא, ביי א געמיינזאמע אויפטריט פון באאמטע אינערהאלב פימא און די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וועלכע האבן געזאגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער געפונט זיך שוין אין פארטא ריקא, ארויסצוהעלפן מיט פארשפרייטן עסנווארג און צוריקצושטעלן דעם חרוב'ן עלעקטעריק סיסטעם פאר'ן גאנצן אינזל. טראמפ זאגט אז דינסטאג איז די פריעסטע וואס ער קען דארטן באזוכן אן דעם וואס ער זאל שטערן די ערהוילונג-ארבעט, און ער וועט אויך מעגליך באזוכן די אמעריקאנער ווירדזשין איילענדס אינזלען, וועלכע זענען שווער באטראפן געווארן פון האריקעין אירמא.

בילד: טראמפ וועט באזוכן פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל