אין די לעצטע טעג איז אויפגעדעקט געווארן אז זעקס באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע - אריינגערעכנט דשערעד קושנער און איוואנקע טראמפ - האבן זיך באנוצט מיט פריוואטע אימעיל קאנטעס צו קארעספאנדירן איבער רעגירונג אנלעגנהייטן, א זאך וואס איז מעגליך א פעדעראלע פארלעצונג, און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האט פארלאנגט פונעם ווייסן הויז מער דעטאלן דערוועגן צו זעהן אויב עס זענען דא גרונדן פאר א פעדעראלע אויספארשונג. אין א ראדיא אינטערוויו היינט אינדערפרי האט זיך הילערי קלינטאן באצויגן דערצו און געזאגט אז דאס איז ״שפיץ היפאקראטיע״ פון א אדמיניסטראציע וועלכע האט איר אראפגעמאלן אלס פארברעכערין צוליב די באנוץ פון א פריוואטע אימעיל, און געזאגט אז דאס צייגט אז די גאנצע אימעיל קאנטראווערסיע איז געווען ארויסגעזויגן פון פינגער און איז א נארמאלע ערשיינוג צווישן פעדעראלע ארבייטער, זי האט אויך אויסגעדריקט וואונדער פארוואס די זעלבע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלכע האבן געשטורעמט איבער אירע אימעילס האבן נאכנישט גערופן פאר קיין פעדעראלע אויספארשונג.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה