פרעזידענט טראמפ איז כסדער פארנומען צו אטאקירן די מידיע איבער ״פעיק-ניוז״ אבער ער איז אריינגעפאלן אין נעץ מיט׳ן קויפן א פאלשע געשיכטע איבער א אנגעבליכע מיסיל פראבע דורך איראן וועלכע שטעלט זיך ארויס צו זיין פאלשע נייעס, און שפיאנאזש באאמטע האבן געזאגט אז עס איז נישט געשטויגן און ״נישט געפלויגן״. דער פרעזידענט האט ארויסגעשיקט א טוויט זאגנדיג אז איראן האט דורכגעפירט א פראבע מיט ״א באליסטישע מיסיל וועלכע קען גרייכן מדינת ישראל״ און אנגעוויזן אויף דעם אלס א באווייז אז איראן האלט זיך נישט צו די נוקלעארע אפמאך, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די באריכט געווען באזירט אויף א פארפירערישע ווידיא וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין די איראנער פרעסע איבער א פראבע וועלכע איז שוין דורכגעפירט געווארן מיט 7 חדשים צוריק, א פראבע וועלכע איז דורכגעפאלן.

בילד: פרעזידענט טראמפ שטורעמט איבער נישט געשטויגענע איראנער מיסיל פראבע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל