באסטאן, מאססאטשוסעטס – א פראבע אויף איבער צען טויזנט מענטשן האט געוויזן אז א נייע מעדיצין מיט'ן נאמען Canakinumab, ארגינעל פאבריצירט צו פארמיידן אינפלאמאציע, באשיצט אויך הארץ-אטאקע פאציענטן פון 'סטראוקס' און פון כאפן א צווייטע הארץ אטאקע.

די פראבע איז געווען די ערשטע קלינישע שטודיע איבער די פארבינדונג צווישן הארץ אטאקעס און אינפלאמאציע. 'אינפלאמאציע' (Inflammation) איז דער פולער שטראם רעאקציעס פון קערפער'ס "באשיצונג" (אימיון) סיסטעם און די ווייסע בלוט צעלן, ווען זיי ווערן אלאמירט צו באשיצן דעם מענטש פון דרויסנדיגע שעדליכע געסט אין פאל פון וואונדן און אינפעקציעס (סימפטאמען פון אינפלאמאציע רעכענען אריין ווייטאג, קראצענישן, געשוואלנקייט, רויטקייט און היץ). געוויסע "אנטי-איפלאמאציע" מעדיצינען, טוען אבער הייבן אינפלאמאציע אויף אנדערע ערטער אין קערפער. דער דערמאנטער מעדיצין צילט אבער איין ספעציפישער שריט אינעם קאמפליצירטן פראצעס פון באהאנדלען אינפלאמאציע, און עס שאפט נישט דעם פראבלעם. עס איז דעריבער גאר גוט פאר הארץ-קראנקע.

די פארבינדונג צווישן הויכע אינפלאמאציע און הארץ קראנקהייט, איז צום ערשטן מאל ארויפגעברענגט געווארן אין די ניינצן אכטציגער יארן. פארשער זענען היינט ביי די מיינונג אז פארשטאפטע אדערן, צי ווייל זיי ווערן פארשמירט מיט פעטנס אדער אנגעפולט מיט אפפאל, הייבט זיך עס אלץ אן מיט אינפלאמאציע.

פונדעסטוועגן, זאגן פארשער, איז "קאנאקינומאב" דערווייל נאר פאר הארץ אטאקע פאציענטן וועלכע זענען אין געפאר צו ליידן פון נאך איינס. נאכמער, יעדע איינשפריץ דערפון קאסט ארום $16,000 , א פרייז וואס קען אליינס ברענגען הארץ אטאקעס... אויסערדעם וואס עס ברענגט מיט זיך א געהעכערטע ריזיקע פון אינפעקציעס.

בילד: אנטי-אינפלאמאציע מעדיצין רעדוצירט ריזיקע פון צווייטע הארץ-אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל