די קאמפיין קאמיטע פון די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס געבן זיך אפ מיט אויפטרייבן פינאנציעלע שטיצע צו ערוועלן און ווידערערוויילן דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן באריכטעט איבער א גאר סוקסעספולע קווארטאל און איבער רעקארד ברעכנדע ביישטייערונגען, דאס איז א גוטע צייכן פאר די דעמאקראטישע פארטיי וועלכע קומט צוריק צו זיך נאך די שרעקליכע דעמאראליזאציע וואס האט געהערשט אין אירע רייען נאך די פארלוסט אין נאוועמבער. זיי האבן פילפאכיג איבערגעשטיגן די רעפובליקאנער די לעצטע דריי חדשים, אלעס אינאיינעם האבן זיי אויפגעטריבן 73 מיליאן דאלער אין די לעצטע יאר, אריינגערעכנט קליינע ביישטייערונגען וואס ווערן געמאכט אנליין וואס האט באטראפן איבער 31 מיליאן. די לעצטע מאנאט אליין האבן זיי אויפגעטריבן ארום צוויי מיט א האלב מיליאן דאלער. די דעמאקראטישע קאמפיין קאמיטע האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז דאס איז א צייכן אז די דעמאקראטישע באזע איז אנגעווארימט און אז זיי גרייטן זיך פאר געווינסן אין די מידטוירם וואלן וועלכע קומען פאר קומענדיגע יאר, און די קאמפיין האט זיך שוין אנגעהויבן אין עטליכע שטעט. טראץ די שטארקע סוקסעס האבן די רעפובליקאנער נאך אלס מער קעש צום באנוץ ווי די דעמאקראטן.

בילד: קאנגרעס דעמאקראטן טרייבן אויף רעקארד סכומים אין ביישטייערונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל