וואשינגטאן – דער "ניו יארק טיימס" האט נעכטן באריכטעט אז די אויספארשונגען פונעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, איבער רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן, רוקט זיך פאראויס מיט "שאק און אה" טאקטיקן, און אז מוללער'ס געהילף פראקורארן האבן געלאזט וויסן פאר פאול מענעפארט, טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין מענעדזשער, אז זיי גייען אים אנקלאגן מיט הארבע קלאגעס אין פארבינדונג מיט דער רוסלאנד אויספארשונג. אין אנדערע אויפדעקונגען ארום מענעפארט, האט סי-ען-ען נעכטן באריכטעט אז די עף-בי-איי האט געהאט ארויסגענומען א גאר געהיימע "פייסא געריכט" פארארדענונג צו קענען שפיאנירן און אונטערהערן מענעפארט'ס טעלעפאנישע געשפרעכן, און פעדעראלע אגענטן האבן שפיאנירט אויף מענעפארט סיי בעפאר די וואלן און סיי נאך די וואלן, וויבאלד עס איז געווען אן ערנסטע זארג אז ער האט שטילערהייט געשטופט רוסישע רעגירונג פיגורן, זיי זאלן ארויסהעלפן דאנאלד טראמפ אינעם קאמפיין. אריגינעל האט די עף-בי-איי באקומען אינטערעסע אין מענעפארט נאך בעפאר טראמפ איז געלאפן פאר פרעזידענט, אין יאר 14', איבער זיינע לאביאירונג ארבעט אין אוקראַינע.

בילד: פאול מענעפארט גייט ווערן געקלאגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל