לאנדאן – דער בריטישער ברעקזיט מיניסטער האט געלייקנט באריכטן אז די בריטישע רעגירונג איז גרייט צו צאלן ביליאנען דאלארן שטראף געלטער פאר דעם אייראפעאישן פאראיין. די לייקענונג פונעם מיניסטער דעיוויד דעיוויס איז געווען אויף א באריכט אין בריטישע צייטונגען, וואס האבן היינט געצייגט אז די בריטישע פרעמיער מיניסטער טעריסא מעי האט מסכים געווען צו באצאלן 64 ביליאן דאלער פאר דער אייראפעאישער יוניאן, וואס וועט ווערן איינגעטיילט אין לויף פון דריי יאר. דעיוויס זאגט אז די באריכטן זענען לעכערליך און דערווייל האט ענגלאנד נאכנישט מסכים געווען צו צאלן גארנישט. עס איז אנגעוויזן געווארן אז דעיוויס זוכט אוודאי צו לייקענען אז ענגלאנד גייט צאלן גרויסע סומעס, ווייל די בריטישע רעגירונג פלאנירט ערשט ארויסצוקומען מיט די פונקטליכע סומע ווען מ'וועט שוין האלטן ביי דער סאמע ענדע פון די ברעקזיט פראצעדורן, וואס דאן וועלן זיין ווייניגער שאנסן פאר די אנטי-ברעקזיט פאליטישאנס אונטערצושטעלן פרישע פיסלעך.

בילד: ענגלאנד לייקנט גרויסע ברעקזיט צאלונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל