קאליפארניע — פופצן סטעיטס וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס, און דערצו אויך וואשינגטאן די-סי, האבן נעכטן אריינגעגעבן אינאיינעם א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע איבער זייער באשלוס אפצושטעלן דעם דאקא פראגראם. צווישן די סטעיטס וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין דער גרויסער קלאגע, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן אין ניו יארק סטעיט, זענען ניו יארק, קאליפארניע, וואשינגטאן סטעיט, האוואאי, אילינאי, פענסילוועניע, מאסעטשוסעטס און קאנעטיקוט. די דעמאקראטישע סטעיט פירער האפן אז זיי וועלן האבן ענליכע סוקסעס אין געריכט ווי דאס וואס זיי האבן געהאט ביים קעמפן קעגן טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער איבער טראוועל און פליטים, אבער לעגאלע עקספערטן זאגן אז אויב וועט די דאקא אישו אנקומען ביז צום סופרים קאורט, וועט טראמפ געווינען, ווייל דאקא איז נישט עכט באשיצט דורך דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע.

בילד: סטעיט קלאגן אין געריכט איבער דאקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל