בערלין – היינט זונטאג קומען פאר היסטארישע און קריטישע וואלן אין דייטשלאנד, וואו קאנצלער ענגעלע מערקעל לויפט פאר א פערטן טערמין און זי שטייט אויס א שווערן פארמעסט, און אין דער זעלבער צייט קומען פאר פארלאמענט וואלן, וואו די עקסטרעם-רעכטע פארטייען וועלן ווארשיינליך באקומען א גרויסע צאל זיצן, צום ערשטן מאל אין מער ווי פופציג יאר.

מערקעל'ס קאנסערוואטיווע פארטיי האט אין ראיאנעלע וואלן געליטן פאראיאר שווערע פארלוסטן צו דער עקסטרעם רעכטער "עי-עף-די" פארטיי, ברענגענדיג שפעקולאציעס אז מערקעל וועט נישט לויפן פאר נאך א טערמין, נאכדערצו נאכדעם וואס דער קריזיס מיט די סירישע פליטים, אין וועלכע זי האט באשלאסן אריינצולאזן הונדערטער טויזנטער פון זיי, האט געברענגט גרויס קריטיק קעגן איר פון פילע שיכטן פונעם דייטשן פאלק. למעשה, שטייט זי יעצט אויס א פארמעסט קעגן דעם צענטער-לינקן קאנדידאט מארטין שולץ, און טראץ וואס מערקעל איז דערווארט גרינג צו געווינען, וועט די א.ד. רעכטע פארטיי אריינקומען אלס די דריט-שטארקסטע פארטיי אין לאנד, וואס וועט פארשווערן פאר מערקעל צו שאפן א פאראייניגטע רעגירונג קאאליציע, ווייל די רעכטע וועלן אנמאכן פראבלעמען אויף טריט און שריט.

בילד: וואלן היינט אין דייטשלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל