אין ליכט פון די אנדייטונג וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן היינט ביי זיין רעדע אין די פעלקער פאראיין אז ער זוכט א וועג ארויס פון די נוקלעארע אפמאך צווישן איראן און די וועלטס גרויסמאכטן, האט פראנקרייך אפעלירט צו אמעריקע נישט צו פארלאזן דעם אפמאך, זאגנדיג אז אויב אמעריקע וועט ארויסטרעטן דערפון קען עס עפענען א גלאבאלע געיעג פאר נוקלעארע וואפן. דער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט געמאכט דעם סטעיטמענט אין רעאקציע צו די לעצטערע רעטאריק פון אמעריקע, און אויסגעדריקט זיין זארג אז דאס קען צוטיילן אייראפע און אמעריקע. איראן האט אויך רעאגירט זאגנדיג אז אזא שריט קען האבן געפארפולע קאנסעקווענצן פאר אמעריקע.

בילד: פראנקרייך אפעלירט צו אמעריקע זיך צו האלטן ביים איראנער אפמאך



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל