וואשינגטאן – אריזאנע סענאטאר, דזשאן מעקעין, האט פרייטאג דערלאנגט א טויט-קלאפ פאר'ן פרישן רעפובליקאנער פלאן צו אנולירן אבאמאקעיר, מעלדנדיג אז ער וועט שטימען דערקעגן. פאר די רעפובליקאנער אין סענאט איז פארבליבן בלויז געציילטע טעג דורכצופירן א ביל וועלכע וועט אפשוואכן און אפשאפן גרויסע טיילן פון אבאמאקעיר, וויבאלד לויט די יעצטיגע בודזשעט רעגולאציעס אינעם סענאט קען באשטעטיגט ווערן אזא סארט ביל מיט בלויז א מינימאלע מאיאריטעט, וואס באדייט 51 שטימען, און דאס קענען די רעפובליקאנער האבן, ווייל זיי האבן 52 סענאט זיצן. ווען די רעגולאציעס וועלן אפלויפן אום סעפטעמבער 30, וועלן די רעפובליקאנער שוין דארפן האבן א סופער-מאיאריטעט פון 60 שטימען פאר אזעלכע סארט בילס, וואס באדייט אז אן אבאמאקעיר-אנולירונג ביל וועט קיינמאל נישט באשטעטיגט ווערן, ווייל עס וועט דארפן האבן שטיצע פון דעמאקראטן, וועלכע וועלן נישט שטימען פאר א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר. מ'האט שטארק ארויסגעקוקט אויף מעקעין'ס שטיצע פאר'ן ביל, ווייל זיין שטיצע וואלט זיכער געברענגט אז יעדער איינציגער רעפובליקאנער מעסיגער וואלט זיך צוגעשטעלט צום ביל, און יעצט אז ער שטיצט עס נישט, איז עס ווארשיינליך א טויט-קלאפ פאר'ן ביל, וויבאלד סענאטאר רענד פאול האט שוין געזאגט אז ער שטיצט עס נישט, און סענאטארקעס מערקאוסקי און קאלינס וועלן עס אויך נישט שטיצן.

בילד: מעקעין'ס טויט-קלאפ פאר אבאמאקעיר אנולירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל