פיאנגיענג – צענדליגער טויזנטער צפון קארעא בירגער האבן נעכטן אנגעפילט די גאסן פון זייער הויפטשטאט, מארשירנדיג קעגן די פאראייניגטע שטאטן און אויסדרוקנדיג זייער אויפברויז און קעגנערשאפט צו דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אין די לעצטע וואכן פארשארפט די רעטאריק קעגן צפון קארעא. ביי דער ראלי זענען געגעבן געווארן עטליכע רעדעס, און אויך האט מען אויפגעשפילט סטעיטמענטס פונעם צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, מיט זיינע סטראשונקעס צו באמבארדירן אמעריקאנער שטעט.

די ראלי איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט שארף רעאגירט צו דער רעדע וואס דער צפון קארעא אויסערן מיניסטער האט געגעבן אינעם יו-ען. טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער אז ער האט מיטגעהאלטן די רעדע פונעם אויסערן מיניסטער, און "אויב טוט ער אויפשפילן די געדאנקען פון 'ראקעט מאן' (טראמפ'ס חוזק נאמען פון קים יאנג אן) וועלן זיי ביידע נישט צו לאנג עקזיסטירן", סטראשענדיג אומדירעקט אומצוברענגען דעם צפון קארעאר פירער.

בילד: צפון קארעא מארשירט קעגן אמעריקע; טראמפ סטראשעט ווייטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל