וואשינגטאן – שאן ספייסער, וועמען טראמפ האט מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסגעווארפן פון זיין פאזיציע אלס ווייסער הויז פרעסע סעקרעטאר, האט שוין געטראפן א נייעם דזשאב. אפיציעל האט ספייסער'ס ארבעט אין ווייסן הויז זיך געענדיגט אוגוסט 31, דאס הייסט קוים פאריגן דאנערשטאג, אבער שוין האט ער געטראפן ארבעט, און ווי מען הערט, האט ער געשריבן א קאנטראקט מיט דער "ווארלדווייד ספיקערס גרופע", וועלכע איז א רעדנער גרופע וואס שטעלט צו פראמינענטע פיגורן אויפצוטרעטן ביי רייכע פארזאמלונגען. ספייסער'ס ערשטע טייער-באצאלטע רעדע וועט פארקומען אום סעפטעמבער 11, וואו ער וועט אויפטרעטן ביי דער יערליכער קאנפערענץ פונעם "ראדמען ענדע רענשאו" אינוועסטמענט באנק. ספייסער זוכט באזונדער צו באקומען א קאנטראקט מיט איינע פון די גרויסע אמעריקאנער נייעס סטאנציעס צו ווערן אן אפיציעלער אנאליסט און קאמענטאטאר, וואס אנדערע געוועזענע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארן האבן געטאן דאס זעלביגע. ספייסער וויל אויך שרייבן א בוך איבער זיין ערפארונג ביים ארבעטן מיט פרעזידענט טראמפ, און ער זוכט א גוטן דיעל פון אפאר מיליאן דאלאר.

בילד: שאן ספייסער האט שוין נייעם דזשאב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל