פרעזידענט טראמפ האט אין זיין קאמפיין פארשפראכן צו אנולירן דעם אפמאך מיט איראן אינעם ערשטן טאג אין ווייסן הויז, אבער ווי עס שיינט פלאנט נישט דער פרעזידענט צו ארויסטרעטן פונעם אפמאך וועלכע איז קאארדינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא צווישן איראן און 6 וועלטס גרויסמאכטן.

דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו מעלדן זיין באשלוס דערוועגן אין עטליכע וואכן, אבער דער פרעזידענט זאגט אז ער וועט פארבלייבן אינעם אפמאך נאר אויב די נוקלעארע אויפזיכט אגענטור פון די פעלקער פאראיין וועט איינפירן שטרענגערע איבערזיכט אויפ׳ן פראגראם און האבן מער צוטריט צו די איינריכטונגען.

די לעצטע שטעלונג פונעם פרעזידענט איז איבערגעגעבן געווארן ביי א קאנפרענץ פון די ענערגיע אגענטור פון די פעלקער פאראיין דורך דעם ענערגיע סעקערטאר ריק פערי, ער האט איבערגעגעבן די שטעלונג פונעם פרעזידענט אז עס פארלאנגט זיך שטרעגנגער און ברייטערע מיטלן צו באוואכן די מיסיל איינריכטונגען פון איראן און נישט בלויז די נוקלעארע רעאקטארן.

דער הויפט פון די איראנער אטאמישע פראגראם עלי אכבאר סאלחי האט אראפגעריסן דעם פארשלאג און געזאגט אז איראן טוט זיך קעגנשטעלן די איבערגעטריבענע פארלאנגען און וועט נישט לאזן אויסברייטערן די אינספעקציעס. דע

דער איראנער פרעזידענט חסאן רוחאני האט געזאגט אז אויב דער פרעזידענט וועט אויספירן זיינע סטראשערייען איבער ארויסטרעטן פון די נוקלעארע אפמאך דאן וועט אמעריקע ״באצאלן א טייערע פרייז״ וויבאלד אמעריקע וועט ווערן א אומבאגלייבטע לאנד אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע און עס וועט צייגן אז זי האלט זיך נישט צו אינטערנאציאנאלע אפמאכן.

בילד: פרעזידענט טראמפ פארלאנגט שטערקערע אויפזיכט אויף איראנער נוקלעארע פראגראם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל