פאקיסטאן האט שארף אפגעווארפן א באשולדיגונג דורך עטליכע גרויסע לענדער איבער איר שענקן שוץ פאר ראדיקאלע גרופעס. דאס קומט אין ליכט פון א סטעיטמענט ארויסגעלייגט דורך די ״בריקס״ פאראיין, א קאאליציע פון לענדער וואס קאאפערירן עקאנאמישע און פאליטיש און נעמט אריין רוסלאנד, אינדיע, בראזיל, כינע און סאוט אפריקע. די פאראיין האט אין א סטעיטמענט וואס זי האט ארויסגעגעבן ביי די סאמיט - וואס זי האלט אפ אין די טעג - פארגעווארפן פאקיסטאן פאר׳ן טאלערירן ראדיקאלע דשיהאדיסטישע גרופעס וועלכע פירן דורך טעראר קעגן אינדיער צילן. אינעם סטעיטמענט זאגן זיי אז פאקיסטאן האט נישט קיין פולשטענדיגע ווילן צו באקעמפן די טעראר גרועפס און זייער פאטראנען.

דאס קומט נאכדעם וואס אינדיע האט אנגעצייגט אז דער ארכי טעראריסט דשאיש אי מוכאמעד וועלכער איז געשטאנען אונטער א אטאקע אויף די אינדיער פארליאמענט אין 2001 געפונט זיך אויף די פריי, און אזוי אויך לאשקאר אי טייבע פון די האקאני נעץ וועלכער איז פאראנטווארטליך פאר די שחיטה אין מומבאי אין 2008 ווען עס זענען אומגעקומען 166 מענטשן אריינגערעכנט עטליכע אידן הי״ד.

דער פאקיסטאנער פארטיידיגונגס מיניסטער קוראם קהאן האט קאטעגארישע אפגעווארפן די באשולדיגונגען זאגנדיג אז די פאקיסטאנער אויטאריטעטן באקעמפן טעראר און טאלערירן נישט קיין טעראריסטן, און טראץ וואס עס זענען נאך דא רעשטלעך פון טעראר גרופעס טוען די פאקיסטאנער אויטאריטעטן מאכן פארשריט אינעם קאמפ קעגן טעראר. די לעצטערע קריטיק פאלגט נאך די עפנטליכע קריטיק פון פרעזידענט טראמפ און טוט פארשטערקערן די דרוק אויף פאקיסטאן צו אויפהערן שפילן אויף צוויי פראנטן.

בילדף ״בריקס״ קאנפערענץ אפעלירט צו פאקיסטאן צו ענדיגן שענקן שוץ פאר טעראר גרופעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל