סודאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף צוויי הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב דער רעגירונג אין דרום סודאן, און אויסער דעם אויף א געוועזענער רעגירונג באאמטער און דריי דרום סודאנעזער ביזנעסער, וויבאלד די אלע ווערן באשולדיגט אין טון פארשידענע שריט וועלכע טוט אונטערמינעווען און אפשוואכן דעם שלום, זיכערהייט און סטאביליטעט אין לאנד. דרום סודאן האט זיך געגרינדעט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד אין יאר 11', נאך א לאנג-פארצויגענעם קאמפיין אז זי וויל זיך אפטיילן צוליב וואס סודאן ווערט געפלאגט פון אומסטאביליטעט און דיקטאטורשאפט, אבער אין די בלויז זעקס יאר פון איר עקזיסטענץ, האט דרום סודאן שוין אנגעזאמלט אירע אייגענע פראבלעמען, הויפטזעכטליך א בירגער קריג וועלכע קאכט שוין פיר יאר, פון וואס צענדליגער טויזנטער זענען שוין אומגעקומען און מער ווי צוויי מיליאן דרום סודאנעזער זענען געווען געצווינגען צו אנטלויפן פון זייערע היימען.

בילד: שארפע סאנקציעס קעגן דרום סודאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל