פרעזידענט באראק אבאמא האט געענדיגט זיין פאליטישע שטילשווייגעניש און ארויסגערעדט קעגן די באשלוס פון זיין נאכפאלגער צו ענדיגן די דאקא פראגראם וואס ער האט אונטגעשריבן אין 2012, ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט אז די ״עס גייט קעגן די גייסט פון אמעריקע און קעגן די שכל הישר״ און שרייבט ווייטער ״מיר אלע ווילן פארזיכערטע גרעניצן, און א דינאמשיע עקאנאמישע, און עס איז נארמאל צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן איבער וויאזוי דאס צו עררייכן, אבער די שריט פונעם ווייסן הויז טוט גארנישט העלפן צו אדרעסירן די פראבלעמען״.

דער פרעזידענט האט שוין פריער געזאגט אז אויב וועט זיין נאכפאלגער באשליסן צו ענדיגן דאקא וועט ער ענדיגן זיין פאליטישע שווייגעניש און זיך לאזן הערן.

בילד: פרעזידענט באראק אבאמא: באשלוס צו ענדיגן ׳דאקא׳ איז גרויזאַם


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל