אלאסקע – אין א פריידיגער אנטוויקלונג פאר אלאסקע איינוואוינער וועלכע פארן אפט אויף לאקאלע פלי רייזעס לענגאויס די סטעיט, האט מען געהערט אז עס וועלן מער נישט ארויפגעלאזט ווערן קיין הערשן אויף די פליגערס...

אלאסקע איז א סטעיט וועלכע איז שוואך אנטוויקלט און עס זענען דא זייער ווייניג שאסייען, וואס דעריבער אויב וויל מען אנקומען פון איין עק סטעיט צו די אנדערע, איז גרינגער און שנעלער צו נעמען א לאקאלן פליגער. נאך א פונקט איבער אלאסקע איז דער פאקט אז דארטן זענען דא גאר אסאך "רעינדיער" הערשן און עס איז א פאפולערע באשעפעניש פאר לאקאלע פאנגערס צו פאנגען. אט די צוויי פונקטן האבן געפירט דערצו אז פילע פאנגערס האבן פארלאנגט מען זאל זיי צושטעלן די אפציע, אז ווען זיי פליען אויף א לאקאלע רייזע אין דער סטעיט, זאלן זיי ערלויבט ווערן מיטצונעמען די הערשן אויפן פליגער, און "אלאסקע עירליינס" האט טאקע יארן לאנג צוגעשטעלט 4 ספעציעלע "קאמבאו" פליגערס, וואו עס זענען ארויפגעלאזט געווארן הערשן וואס האבן באקומען א באזונדערע אפטיילונג אויפ'ן פליגער. אצינד האט אלאסקע עירליינס געמאלדן אז זי וועט ארויסנעמען די 4 פליגערס פון סערוויס, און מער וועט מען נישט קענען פליען מיט הערשן אויף פאסאזשיר-פליגערס.

בילד: מער קיין פליגערס מיט הערשן דערויף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל