קיין מענטש נישט!

הרה"ק ר' איציקל פון וואָרקע זי"ע איז פאַר'יתומ'ט געוואָרן זייענדיג אַ קליין קינד, און הרה"ק ר' דוד'ל לעלעווער זי"ע האָט אים אויפגעצויגן און געהאָדעוועט.

אין אַ יאָר ווען ר' דוד'ל איז געפאָרן צו זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק דער רבי פון לובלין זי"ע אויף ראש השנה, האָט ער מיטגענומען מיט זיך אויך דעם קליינעם איציקל צום הייליגן חוזה.

ראש השנה פאַר די תקיעות – דער רבי קומט נישט אַרויס צו די תקיעות. דער חוזה זיצט אין צימער איינגעהילט אין קדושה און באַווייזט זיך נישט אין בית-המדרש.

די גרויסע חסידים שטייען געשפּאַנט און ווייסן נישט וואָס קומט עפּעס פאָר. וואו איז דער רבי? פאַרוואָס קומט ער נאָכנישט אַריין בלאָזן שופר?

נאָכן וואַרטן אַ לענגערע וויילע, זענען זיי צוגעגאַנגען צו הרה"ק ר' דוד'ל וועלכער איז געווען דער גרעסטער פון די תלמידים אויפ’ן ארט, און אים געבעטן אַריינצוגיין אין רבי'נס שטוב זען די אורזאַך פונעם פאַרזוימונג.

ר' דוד'ל האָט מיטגענומען מיט זיך דעם קליינעם יתומ'ל און איז אַריין צום הייליגן חוזה.

דער רבי פון לובלין האָט זיך געוואָנדן צו ר' איציקל וואָרקער און געפרעגט: "קינד מיינס, וואָס לערנסטו עפּעס?"

"איך לערן 'הלכות עדות'." האָט דאָס קינד שטיל געענטפערט.

"כ'וויל דיר פרעגן אַ קשיא." האָט דער צדיק ווייטער געזאָגט. "מיר פּסק'ענען דאָך אַז אַ קרוב איז פּסול לעדות, סיי פאַר גוטס און סיי פאַרקערט. דאַרף מען דאָך פאַרשטיין, פאַרוואָס זאָל ער זיין פּסול עדות צו זאָגן שלעכטס אויף זיין קרוב, מען דאַרף דאָך נישט מורא האָבן אַז ער וועט זאָגן ליגנט קעגן זיין אייגענער ברודער; פאַרקערט גאָר, ווען אַ קרוב זאָגט שלעכטס, איז דאָס דאָך די גרעסטע ראי' אין די אמת פון זיינע רייד?"

דער יונגל האָט זיך איינגעהערט מיט פאָרכט צו די קשיא פונעם רבי'ן און זיך אָנגערופן: "אין די פּרשה פון עדות שטייט דאָך געשריבן: 'ועמדו שני האנשים' – די צוויי 'מענטשן' זאָלן זיך אַוועקשטעלן און זאָגן זייער עדות, זעען מיר דאָך אַז צום ערשט דאַרפן זיי זיין מענטשן."

דאָ האָט ער געהויבן דעם טאָן און געזאָגט מיט אַ ברען: "א פּאַרשוין וואָס זאָגט שלעכטס עדות קעגן זיין אייגענער ברודער 'איז ער דאָך קיין מענטש נישט'...!"

ווי נאָר דער הייליגער לובלינער האָט געהערט די ווערטער אַרויסקומען פון זיין מויל, האָט ער זיך אויפגעשטעלט פון ארט זאָגנדיג: "יעצט קענען מיר גיין צו שופר-בלאָזן! אין די תורה שטייט דאָך אַז מיר אידן זענען קינדער פונעם גרויסן באַשעפער, קען דאָך דער באַשעפער נישט הערן פון די מקטרגים ווי זיי זאָגן שלעכטס אויף זיינע אייגענע קינדער...!"


זיך אַריינגע'גנב'עט

הרה"ק ר' לייבוש פון ברעזשאַן זי"ע ברענגט אין זיין ספר 'אמרי יהודה' אַ מליצה וואָס איז געזאָגט געוואָרן מיט אַ וואונדערליכע קלוגשאַפט, דורך הרה"ק ר' ברוכ'ל מעזשבוזשער זי"ע ווען עס איז אַמאָל געווען אַ גרויס קטרוג אין הימל.

ער דערציילט אַז ער האָט געהערט אין נאָמען פון הרה"ק ר' הירש לייב פון אַליק זי"ע – צו וועמען הרה"ק ר' ברוכ'ל האָט געהאַט גרויס התנגדות – אַז איינמאָל איז ער געווען אין די זעלבע שטאָט מיט הרה"ק ר' ברוכ'ל זי"ע.

זיך געפינענדיג אינעם זעלבן שטאָט, האָט ער געזאָגט פאַר זיין משב"ק, אַז ער וויל גיין באַזוכן דעם ר' ברוכ'ל.

ר' ברוכ'ל האָט געשפּירט מיט רוח הקודש אַז דער אַליקער רב קומט אַריבער צו אים, האָט ער גערופן זיין שמש און אים באַפוילן אַרויסצונעמען אַלע בענק פון זיין צימער. דער שמש האָט ערליך געפאָלגט. ביז עטליכע מינוט איז קיין איין באַנק נישט געווען אין שטוב.

דער אַליקער רב האָט דאָס אַלס געזען ברוח קדשו, און פאַרלאָזנדיג זיין שטוב האָט ער אָנגעזאָגט פאַר זיין גבאי ער זאָל צוריק אַריינגיין און מיטנעמען אַ באַנק מיט זיך. דער גבאי האָט אַזוי געטון.

אָנקומענדיג צו הרה"ק ר' ברוכ'ל האָט ער זיך געזעצט אויף זיין אייגענע באַנק וואָס ער האָט מיטגעברענגט מיט זיך.

דער ר' ברוכ'ל האָט אָנגעפאַנגען צו רעדן מיט ווייכע רייד צו הרה"ק פון אַליק, און זיך פאַרענטפערט אַז ער איז זיך נישט מתנגד צו אים.

האָט דער אַליקער רב געזאָגט פאַר ר' ברוכ'ל:

"איך וויל אייך עפּעס בעטן: די פאַרגאַנגענע ראש השנה האָב איך געזען אַ גרויסע קטרוג אין הימל, און דער בעל דבר האָט געמאַכט אַ גרויס מחיצה און קיין שום צדיק האָט נישט געקענט אַריבערגיין דעם מחיצה זיך איינ'טענה'ן לטובת די אידישע קינדער. מען האָט מיר צואוויסן געטון אַז איר זענט יאָ אַריבערגעגאַנגען און איר האָט גע'טענה'ט מיט גרויס קלוגשאַפט, און דורך דעם איז די מחיצה איינגעפאַלן און אַלס האָט זיך איבערגעדרייעט צו גוטן. וואָלט איך געוואָלט וויסן, וואָס אַזאָנס האָט איר געזאָגט דאָרט?"

האָט ר' ברוכ'ל זי"ע זיך אָנגערופן און געזאָגט: "אויב נעמט איר זיך אונטער צו קומען צו מיר אויף שבת, וועל איך אייך ענטפערן."

"לאָמיר הערן צו עס לוינט זיך, וועל איך נאָכקומען אייער פאַרלאַנג." האָט דער אַליקער געענטפערט.

האָט ר' ברוכ'ל געזאָגט אַזוי: "איך האָב אַ באַהאַלטענע ארט וואָס דער שטן ווייסט נישט דערפון, און מאַכט דאָרט נישט קיין מחיצה, און דורך דאָרט בין איך אַריין. אַריינקומענדיג זע איך ווי ער שטייט און איז מקטרג מיט אַ טענה: רבונו של עולם דיינע קינדער זינדיגן דאָך, און אפילו ווען זיי טוען שוין יאָ אַ מצוה טוען זיי דאָס נישט ווייל דו האסט אַזוי געהייסן, נאָר פאַר זייערטוועגן; דו זאָלסט זיי געבן פּרנסה, געזונט און דאָס גלייכן.

"דער שטן האָט כמעט אַלעס בייגעקומען מיט די טענה. דאַן האָב איך זיך אָנגערופן און געזאָגט: "רבונו של עולם, דו פירסט זיך דאָך מיט 'מדה כנגד מדה', אַזוי ווי די אידן טוען דיינע מצוות פַאר זייער אייגענע הנאה, זאָלסטו אויך ערפולן די געבעטן פון די אידן און זאָלסט אונז אינזין האָבן פאַר דיינעטוועגן!

"מיט אָט די רייד האָב איך אָפּגעענדיגט מיטן בעל דבר און אים שטיל געמאַכט." האָט ר' ברוכ'ל אויסגעפירט.


אַרויסגעטראַסקעט פון פענסטער

אַ פאָרכט הערשט אין בית-המדרש אין מונקאַטש.

דער ביהמ"ד איז פול מיט אידן וועלכע זענען געקומען צוקוקן די מסירות נפש'דיגע עבודה פונעם הייליגן דרכי תשובה זי"ע. דער בית-המדרש איז געפּאַקט מיט אידן פון וואַנט-צו-וואַנט.

טייל עולם זאָגט תהלים מיט דביקות, די בני עלייה פאַרטיפן זיך אין די הייליגע שטיקלעך זוהר אַלס הכנה צו די תקיעות, און פילע קוקן אַריין אין חסיד'ישע ספרים, זען דעם גודל מעלת היום – 'היום הרת עולם', און געוואויר ווערן וואָס די תקיעות זענען עושה רושם אין די הימלען.

די הייליגקייט און פאָרכט האָט געשניטן די לופט בשעת דער רב האָט געמאַכט די ברכה 'לשמוע קול שופר'. טייכן טרעכן האָבן זיך געגאָסן אינעם גאַנצן בית המדרש הערנדיג די הייליגע תקיעות.

באַלד נאָך די תקיעות ווען דער דרכי תשובה איז אַראָפּגעגאַנגען פונעם בימה האָט עפּעס וואונדערליכס פּאַסירט.

אויפ’ן וועג צו זיין פּלאַץ ביי מזרח האָט זיך דער רב אָפּגעשטעלט און געוואונקען צו איינע פון די פענסטערס שרייענדיג: נו! נו!

קיינער האָט נישט פאַרשטאַנען וואָס שטערט פאַרן רב.

דער רב איז אַליינס צוגעגאַנגען צו איינע פון די פענסטערס ביים מזרח וואַנט פון בית המדרש. אַלע פענסטערס אין שול זענען געווען ברייט אָפן, און אויף די פענסטערס זענען געלעגן פאַרגעסענע כאַלעטעלעך און קאַפּעלוטשן, ספרים און 'שמות'. דער רב איז צוגעגאַנגען אין נאָכן נישטערן עטליכע מינוט צווישן די הויפנס, האָט דער רב געגעבן אַ כאַפּ אָן אַ ספר און דאָס אַרויסגעטראַסקעט דורכ'ן אָפענעם פענסטער צו די גאַס.

דאַן האָט זיך דער רב געשטעלט דאַווענען מוסף. נאָכן דאַווענען האָט מען געזען אַז די אַרויסגעוואָרפענע ספר, איז געווען אַ חומש מיטן 'ביאור' פונעם ראש המשכילים שר"י. דער רב מיט זיין גרויס קדושה האָט דאָס דערשפּירט דורכגייענדיג, און דאָס מסלק געווען איידער ער האָט זיך געשטעלט זאָגן מלכיות זכרונות שופרות.


אַוועקגעוואָרפן דאָס בענקל

אינעם לעצטן ראש השנה פונעם הייליגן בית אהרן פון קאַרלין זי"ע, איז שוין זיין קערפּער געווען גאָר שוואַך. ער איז געווען אַזוי שוואַך אַז מען האָט אים געדאַרפט אַריינטראָגן אין בית המדרש אויף אַ בענקל. ער האָט פּשוט נישט געקענט שטיין אָדער גיין אויף די אייגענע צוויי פיס.

זיין שטייגער איז געווען, צוצוגיין צום עמוד יעדן ערב ראש השנה ביי מנחה. די קאַרלינער חסידים האָבן אַ גאַנץ יאָר אַרויסגעקוקט אויף דעם ערב ראש השנה'דיגן מנחה, וועלכע דער רבי פלעגט דאַווענען פאַרן עמוד. די קאַרלינע קאָך און ברען ביים דאַווענען פלעגט דערגרייכן גאָר הויכע שטאַפּלען ביי אָט דעם
געהויבענעם מנחה.

אַ קלייניקייט? דער רבי דאַווענט דאָך פאַרן עמוד!

אַ באַהאַלטענע זאָרג האָט זיך אָבער אָנגעזען ביי די גרויסע חסידים דעם יאָר. וועט דער רבי בכלל קענען דאַווענען פאַרן עמוד? וועט מען קענען הערן די הייליגע שטימע זיך בעטן ביים טאַטן אין הימל 'וקרבנו מלכנו לעבודתך'?

אַ שטילקייט האָט באַפאַלן דעם שול ווען דער רבי איז אַריינגעברענגט געוואָרן דורך די געטרייע גבאים אויפ’ן בענקל. מען האָט אים צוגעפירט ביזן עמוד און דער עולם איז געשטאַנען געשפּאַנט.

דער רבי'ס שטימע האָט זיך פּלוצלינג דערהויבן, און מיט אַ געשריי האָט ער אויסגערופן: "ווער איז נישט געזונט? דער האַלבער גוף! אָבער אויבן איז דער קערפּער געזונט! וואָספאַראַ שייכות האָבן מיר מיט דעם?"

דער בית אהרן האָט זיך געגעבן אַ פולער שטעל אויף, אַ טראַסק געטון דאָס בענקל אויף אַרונטער, און זיך געשטעלט דאַווענען פאַרן עמוד מיט קולות וברקים ווי שטענדיג.

אַזוי אויך איז ער געשטאַנען אויף די פיס ביידע טעג ראש השנה און נישט מיד געוואָרן.

אַזוי קוקט אויס אַן 'עמוד צלותהון דישראל'.


געהערט דעם געשריי

פון די גרויסע חסידים און בני עליה ביים הייליגן לעכאָוויטשער זי"ע איז געווען באַוואוסט דער גאון ר' מאיר פון מיר.

הגאון ר' מאיר איז געווען אויפ'ן וועג קיין לעכאָוויטש אויף ראש השנה. ער איז געפאָרן צו זיין גרויסען רבי'ן הרה"ק ר' מרדכי זי"ע.

פון הימל האָט מען אַזוי געפירט און ער איז פאַרבליבן אינמיטן וועג אין לייפּציג. ר' מאיר האָט דאָס זייער באַנק געטון, צו דאַרפן פּראַווען אַ ראש השנה אין דעם קאַלטן דייטשן שטאָט. ער האָט געטראַכט צו זיך מיט צובראָכנקייט: 'אַנשטאָט זיך ווייקן ביים רבי'ן און זיך אָנזאַפּן מיט וואַרעמקייט און חיות דקדושה פאַר אַ גאַנץ יאָר, וועל איך דאָ דאַרפן פאַרברענגען מיט די אייז-געפרוירענע יעקעס...'

אינמיטן שחרית פון ראש השנה איז דער גאון אַרויסגעגאַנגען אינדרויסן פון בית המדרש. פּלוצלינג הערט ער אַ באַקאַנטע שטימע. ער הערט זיין רבי'ס קול שרייען 'המלך'...

זיין גייסט איז געוואָרן דערהויבן ביז גאָר. ער האָט ביי זיך געשפּירט ווי ער שטייט ממש פּנים-אל-פּנים קעגן זיין רבי'ן.

ווען ער איז אָנגעקומען קיין לעכאָוויטש נאָך ראש השנה, האָט דער הייליגער לעכאָוויטשער זיך אָנגערופן צו אים און געזאָגט: "ונשמע פתגם המלך בכל מדינות מלכותך – אַז אַ איד זאָגט 'המלך', הערט מען דאָס אפילו אין לייפּציג..."

נאָך אַסאַך יאָר ווען ר' מאיר האָט דאָס דערציילט, האָט ער זיך אַרויסגעדרוקט: "פון דעם רגע וואָס איך האָב געהערט דעם 'המלך', אָה אָה איז מיר געוואָרן ליכטיג!"


געשטימט אויפ’ן האָר

די ראש-השנה'דיגע דאווענענס ביים צמח צדיק פון וויזניץ זי"ע זענען געווען עפּעס אויסערגעווענליך. באַזונדער האָט זיך דאָס אָנגעזען ביים דאַווענען מוסף, וואָס דער צדיק איז דאַן צוגעקומען צו התפשטות הגשמיות. עס האָט אַמאָל פּאַסירט צוליב דאָס גרויס געדרענג פונעם פיל קעפּיגן ציבור, האָט זיך אַרויפגערוקט די בענקל אויף זיין פוס. עס האָט געדרוקט אויף די פוס אַ קנאַפּע דריי שעה, אונטער די שווערע לאַסט פון עטליכע חסידים וועלכע האָבן זיך שטאַרק אנגעלענט דערויף. דער רבי האָט גאָרנישט געשפּירט.

דער לעגענדאַרער חסיד, ר' יעקב לייב אַפּעל ע"ה איז אַמאָל צוריקגעפאָרן פון וויזשניץ נאָך די הייליגע טעג. אויף וועג איז ער אַריינגעגאַנגען צו הרה"ק ר' מרדכי'לע נאַדבורנער זי"ע וועלכער האָט געוואוינט אין בישטינאָ.

ר' מרדכי'לע האָט זיך געוואָנדן צו אים און געפרעגט: "איר קומט דאָך פון וויזניץ, זאָגט מיר ביטע, ווען איז דער רבי געגאַנגען אין מקוה ראש-השנה אינדערפרי?"

ר' יעקב לייב האָט אים געענטפערט דעם פּונקטליכן צייט.

האָט ער ווידער געפרעגט: "ווען האָט מען אָנגעפאַנגען 'אדון עולם'?"

"ווען האָט דער 'צמח' געשריגן 'המלך'?"

"ווען האָט דער צדיק געבלאָזן שופר?"

דער חסיד האָט אויף אַלס געענטפערט, נישט פאַרשטייענדיג קיין וואו דער צדיק צילט מיט זיינע נאָכאַנאַנדע פראַגעס.

דאַן האָט ר' מרדכי'לע אַריינגערופן זיין משב"ק און אים איבערגעפרעגט אָט די זעלבע פראַגעס.

ווי ערשטוינט איז ר' יעקב לייב געוואָרן הערנדיג גענוי די זעלבע תשובות פונעם נאַדבורנע רבי'נס גבאי.

'פון וואַנעט ווייסט דער נאדבורנער שטוב-מענטש דעם גאַנצן סדר וויאַזוי דער וויזניצער רבי האָט געפּראַוועט אינעם טאָג ראש-השנה?' האָט ער זיך געוואונדערט.

דער צדיק האָט אים נישט געלאָזט זיך וואונדערן אויף צו לאַנג.

ער האָט אים ערקלערט מיט אַ פּשטות: "מרדכי דאַווענט שפּעט. אָבער אין ראש השנה האָב איך מיך אָנגעכאַפּט און נאָכגעגאַנגען דעם וויזניצן רבי'ן, ווייל אינדערפרי האָבן מיר געזען שוואַרצע הימלען, און די תפילות וועלן נישט קענען דורכברעכן די מחיצות פון די מקטרגים. מיר האָבן באַשלאָסן נישט אָנצוהייבן מיטן דאַווענען, ווייל סייווי וועלן די תפילות נישט אָנגענומען ווערן. נאָך אַ שטיקל צייט האָבן מיר באַמערקט ווי אַ ליכטיגע פענסטערל האָט זיך געעפנט אין הימל. צו אונזער פראַגע: 'ווער האָט דאָס ערלעדיגט?' האָט מען געענטפערט, אַז ר' מענדעלע פון וויזניץ איז יעצט געגאַנגען אין מקוה. ווי נאָר מיר האָבן דאָס געזען, האָבן מיר באַשלאָסן אים נאָכצוגיין. דערפאַר האָבן מיר באַלד געשיקט צאמרופן דעם עולם און מיר האָבן זיך געשטעלט דאַווענען.

"ווען מיר זענען אָנגעקומען צו שופר בלאָזן, האָבן מיר געזען ווי די הימלען זענען אויסגעלייטערט אָנע וואָלקענעס, האָבן מיר דערפון פאַרשטאַנען אַז ר' מענדעלע וויזשניצער בלאָזט אַצינד שופר. האָבן אויך מיר תיכף גענומען דעם שופר אין האַנט און אינאיינעם אַרויפגעשיקט די תפילות אין הימל." ר' יעקב לייב האָט פאָרגעזעצט זיין רייזע אַהיים, איבערגענומען פון די אָפענע רוח הקודש וואָס ער האָט בייגעוואוינט.


אַמאָל און היינט

הגאון החסיד ר' יוסף דוב קאַסטעל ע"ה האָט דערציילט אויף הגאון הצדיק ר' אליעזר יודל ע"ה, דער רב פון מוש, וועלכער איז געווען פון די גרעסטע חסידים ביי הרה"ק פון קאָברין זי"ע און יסוד העבודה זי"ע.

עס איז שוין באַלד ראש השנה און ר' אליעזר יודל האָט נאָכנישט קיין פּרוטה אין קעשענע פאַר שפּעזן צו פאָרן צום רבי'ן אויף יום-טוב. ער דרייעט זיך אַרום פאַר'דאגה'עט און זאָגט פאַר וועם עס וויל נאָר הערן: "עס דרייעט מיר אָפּ דעם קאָפּ, פון וואַנעט נעמט מען צוויי רובל צו פאָרן צום רבי'ן אויף יום-טוב? איי זאָל איך ניט פאָרן – אַוואו וועל איך הערן 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך'?"

ווען ר' יוסף דוב פלעגט דאָס דערציילן, האָט ער צוגעלייגט מיט ווייטאָג: “אַזוי פלעגט ר' אליעזר יודל זאָגן. אָבער היינט איז שוין דאָ די צוויי רובל און אפילו מער, אָבער וואו הערט מען 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך'?"


"דאַווען אַנשטאָט מיר!"

אויפ’ן שטענדער פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע איז געלעגן אָפן ביים דאַווענען אַ סידור האר"י און ער האָט נישט אַריינגעקוקט אין דעם, נאָר געדאַווענט אין אַ פּשוט’ע סידור. ווען מען האָט אים געפרעגט די באַדייט פון זיין מנהג, האָט ער געענטפערט מיט אַ מעשה פון בעל שם הקדוש.

עס איז געווען אַמאָל אַ איד אין אַ דאָרף וואָס האָט נישט באַצאָלט די דירה געלט פאַרן פּריץ. אין גרויס צאָרן האָט דער
פּריץ גע'הרג'עט אים, זיין פרוי און זיינע קינדער.

צווישן די קינדער איז פאַרבליבן איין קליין קינד, וועלכער דער קינדערלאָזער פּריץ האָט גענומען צו זיך און אים אויפגעהאָדעוועט אַלס אייגן קינד.

אין אַ יאָר אין די טעג בעפאָר ראש השנה, זעט דאָס קינד ווי אַ גרופּע אידן לאָזן זיך אַרויס פונעם דאָרף אויף אַ רייזע. האָט ער זיי געפרעגט: "אַנטשולדיגט, וואו אַהין פאָרט איר?"

"מיר פאָרן אויף ראש השנה אין שטאָט אַריין צו דאַווענען מיט מנין." האָבן זיי געגעבן דעם אַנטוואָרט.

דערביי האָט איינער פון די אידן אים אַנטפּלעקט זיין אידישער אָפּשטאַם. ער האָט אים דערציילט ווי 'זיין טאַטע' דער גרויזאַמער פּריץ האָט דערמאָרדעט זיין גאַנצע פאַמיליע, און אים בא'גנב'עט פאַר זיך. דער איד האָט אים אָנגעוויזן אויף אַ הויז וועלכע איז געשטאַנען נעבן דעם וואַלד זאָגנדיג: “אין אָט דעם הויז האָט דיין טאַטע געוואוינט."

דער יונגל איז צוריקגעגאַנגען צום פּריץ, אינגאַנצן אויפגעשוידערט פון די נייעס וואָס ער האָט נאָר וואָס געהערט. ער האָט געפרעגט 'זיין טאַטן' צו די געשיכטע וואָס די זשידן פאַרקויפן האָט עפּעס אמת אין זיך. פאַרשטייט זיך אַז דער פּריץ האָט געלייקנט שטיין-און-ביין.

דער קינד האָט נישט אָנגענומען וואָס 'זיין טאַטע' האָט אים געזאָגט. ער איז אַליין אַריבערגעגאַנגען צום הויז אין וואַלד, און געטראָפן דאָרט אַ סידור. כאָטש ער האָט נישט פאַרשטאַנען וואָס דאָרט שטייט, האָט ער דאָס גענומען מיט זיך צום שלאָס
פונעם פּריץ.

בעפאָר יום הקדוש, זעט ער ווידעראַמאָל ווי די אידן גרייטן זיך צו פאָרן אין שטאָט אַריין. "וואָס איז שוין ווידער?" האָט ער געפרעגט מיט וואונדער.

"מאָרגן איז יום כיפּור, און מיר פאָרן אין שטאָט אַריין פּראַווען דעם יום-טוב צווישן די פילע שטאָטישע אידן." האָבן די אידן אים גערן געענטפערט. ער איז צוגעגאַנגען מיטן סידור צו דעם איד וואָס האָט אים אַנטפּלעקט זיין אידישע אָפּשטאַם, און געפרעגט: "וואָס איז די ספר?"

"דאָס איז דיין מאַמעס קרבן-מנחה סידור," האָט דער איד געזאָגט. "גיב אַ קוק, דאָ שטייט דיין אידישער נאָמען און דעם דאַטום אין וועלכע דו ביסט געבוירן געוואָרן."

דער קינד האָט באַשלאָסן מיטצופאָרן מיט זיי אין שטאָט אַריין. ער האָט מיטגענומען די סידור מיט זיך. זייענדיג אין בית המדרש איז ער זייער אָנגעוואַרעמט געוואָרן פון די תפילות פונעם עולם. ער האָט געעפנט זיין סידור און פּרובירט צו
דאַווענען. ער האָט נישט געקענט לייענען אפילו איין איינציג ווארט אינעם סידור.

פון גרויס ווייטאָג האָט ער אויסגעבראָכן אין געוויין און געזאָגט: “אין די סידור האָט מיין מאַמע ע"ה געדאַווענט... ווען זי  לעבט היינט וואָלט זי נאָך געדאַווענט אין דעם סידור... אָבער איך ווייס נישט וויאַזוי צו דאַווענען... רבונו של עולם, דאַווען דו אַנשטאָט מיר...!"

דער בעל שם טוב הקדוש האָט געזאָגט, אַז מיר קענען זיך גאָר נישט פאָרשטעלן וואָספאַראַ רושם די תפילה האָט געמאַכט אין הימל.

מיט דעם האָט דער בני יששכר אויסגעפירט: מיינע גרויסע הייליגע רבי'ס האָבן געקענט דאַווענען אינעם סידור האר"י. אָבער איך קען נישט די כוונות, דערפאַר עפן איך דעם סידור און בעט ביים רבונו של עולם צו דאַווענען אַנשטאָט מיר!"

ראש השנה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל