לאנדאן – אין א שטארקן קלאפ פאר די פארגעשריטענע טעכנאלאגישע "אובער" טעקסי סערוויס, האט די לאנדאנער טראנספארטאציע אויטאריטעט געמאלדן אז זיי האבן אוועקגענומען די לייסענס פון אובער, און מער וועט זי נישט קענען אפערירן אלס א טעקסי סערוויס אין דער שטאט. אין א סטעיטמענט, האט דער לאנדאנער מעיאר סאדיק קהאן געזאגט אז אובער'ס פילע קאנטראווערסיעס אין די לעצטערע מאנאטן, אריינגערעכנט דער וועג וויאזוי אובער באגייט זיך מיט אירע דרייווערס און די זארגן אז די אובער "אפליקאציע" נעמט אוועק די פריוואטקייט פון די פאסאזשירן וועלכע נוצן דעם סערוויס, האט געפירט צום באשלוס ארויסצואווארפן די פירמע פון דער שטאט.

דאס אז אובער וועט נישט קענען אפערירן אין לאנדאן, איז אן ערנסטער קלאפ פאר זיי, וויבאלד לאנדאן איז איינס פון די רייכסטע סיטיס אין דער וועלט, און אובער האט דארטן פארמאגט ארום פערציג טויזנט דרייווערס און 3.5 מיליאן באניצער. אובער'ס הויפט עקזעקוטיוו, דארא קאסראוושאהי, האט אין א קורצן מעסעדזש אויף טוויטער, זיך געבעטן צו די לאנדאנער אויטאריטעטן צו ארבעטן אינאיינעם מיט זיי, פארשפרעכנדיג קאאפעראציע.

בילד: אובער פארלירט אפעראציע-רעכטן אין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל