קאליפארניע – נעכטן האט מען געהערט פרישע אינפארמאציע איבער דער מאסיווער העקעריי אויף דער קרעדיט מאניטערינג פירמע "עקוויפעקס", ווען ס'איז אפירגעקומען אז די העקערס וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אינעם קאמפיוטער סיסטעם און ארויסגערויבט פריוואטע אינפארמאציע פון 143 מיליאן אמעריקאנער בירגער, האבן אויסגענוצט א שוואכקייט אין דעם קאמפיוטער סאפטוועיר וואס עקוויפעקס האט גענוצט און געוואוסט אז ס'איז פעלערהאפטיג. עקוויפעקס האט גענוצט סאפטוועיר פון דער "אפאטשי סטראטס" פירמע, און נאך אין מערץ האט אפאטשי ארויסגעשיקט א מעסעדזש צו אלע אירע סאפטוועיר באנוצער, אז ס'איז קריטיש וויכטיג מען זאל אפדעיטן און באנייען די סאפטוועיר, ווייל די אלטע ווערסיע האט א סעקיוריטי שוואכקייט. עקוויפעקס האט פארנאכלעסיגט און נישט גענוג שנעל באנייעט די סאפטוועיר, וואס האט געמאכט פיל גרינגער פאר די העקערס זיך אריינצוכאפן. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע האט געעפנט אן אויספארשונג איבער דער עקוויפעקס העקעריי, און די סטאקס פון עקוויפעקס האבן נעכטן ווייטער געטראסקעט, פארקויפנדיג פאר 90 דאלער א שעיר, אנשטאט 142 דאלאר א שעיר ווי עס האט געהאלטן איידער די נייעס פון דער העקעריי איז ארויסגעקומען פאריגע וואך.

בילד: מער אינפארמאציע איבער עקוויפעקס העקעריי

אנקעטע: איז די עקוויפעקס העקעריי די ארגסטע אין געשיכטע?

בילד: די עקוויפעקס סטאק פרייזן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל