וואַשינגטאָן. — פעדעראַלע געזונטהייט באַאַמטע האָפן אַז די נייע פלו–וואַקסין 'פּעטש' וואָס פאַרלאַנגט נישט קיין שטאָך, וועט באַדייטענד העכערן די צאָל מענטשן וועלכע ווערן אימוניזירט יערליך קעגן די פלו.

ווי שוין באַריכטעט, האָבן פאָרשער פון די "דזשאָרדזשיע אינסטיטוט" צום ערשטן מאָל דורכגעפירט אַן עקספּערימענט איבער אַ פלו–וואַקסין 'פּעטש', און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פּונקט אַזוי זיכער און אַפעקטיוו ווי די טראַדיציאָנאַלע נידל–וואַקסין.

לויט די 'וועלט געזונטהייט אָרגאַניזאַציע', פאַראורזאַכט די "פלו" יעדעס יאָר ביז אַ האַלב מיליאָן טויט–פאַלן איבער די וועלט.

אין אַמעריקע, איז די יערליכע טויט ראַטע זינט יאָר 10 ' געלאָפן צווישן 12 טויזנט און 56 טויזנט. אָבער דער פּראָצענט פון אַמעריקאַנער ערוואַקסענע וועלכע נעמען די פלו–וואַקסין לויפט אַרום 40 פּראָצענט.

דער פאַקט אַז עס פעלט אויס אַריינצושטעכן אַ נידל אינעם אָרעם האָט מעגליך עפּעס צו טאָן מיט די נידריגע וואַקסינאַציע ראַטע. אַ טייל מענטשן באַשולדיגן אויך די צייט און אויסגאַבן וואָס פאַרלאַנגט זיך פאַר די פלו–וואַקסין.

אָבער אַ גרופּע וויסנשאַפטלער זענען אויפגעקומען מיט אַן אָלטערנאַטיוון מעטאָד פון אַ 'פּעטש' וואָס פאַרמאָגט הונדערט פּיצילע  נידלעך, און קען אַרויפגעקלעבט ווערן אויפ'ן שפּיץ פונעם פינגער. עס איז אָבער גענוג גרויס צו אַנטהאַלטן דעם וואַקסין קעגן דריי שטריכן פון די "פלו". די פּיצילע נידלעך שפּירט מען נישט אָבער איז גענוג לאַנג עס זאָל קענען אריינגיין אין די הויט. די 'פּעטש' איז די זעלבע סייז ווי אַ באַנדאַזש.

די פלו–וואַקסין ווערט ארויפגעלייגט אויף די הויט, און נאך עטליכע מינוט גייט אַריין די סובסטאַנץ אין די הויט דורך די מייקרא-נידלעך און ווערט אויפגעלאָזט. נאך געציילטע מינוטן קען מען דאס אַראָפּנעמען און אַריינוואַרפן אין מיסט. אויך האָט דאָס אַ ספּעציעל פּאָזיטיווע אויפטוה, אַז דאָס קען געשיקט ווערן אהיים דורך פּאָסט, און קען געגעבן ווערן דורך דעם מענטש זעלבסט, אַן דעם וואס מען זאל דארפן גיין צו אַ דאקטער, און באקומען אַ שטאָך אין קערפּער. יעצט וועט מען אָנהויבן צו באטראכטן אויב דאס קען אויך גענוצט ווערן ביי אנדערע סאָרט וואַקסינאַציעס.

די 'פּעטש' איז געטעסט געוואָרן אין אַ קלינישע שטודיע אויף הונדערט וואָלונטירן, וועלכע זענען צעטיילט געוואָרן אין פיר גרופּעס.

צוויי פון די גרופּעס זענען וואַקסינירט געוואָרן מיט דעם 'פּעטש', וועלכע קוקט אויס ענליך צו אַ געווענליכע בענד–עיד און ווערט אַרויפגעלייגט אויף די הויט פון די האַנט אויף 20 מינוט. די פּראָצעדור איז גאָר פשוט אַז איין גרופּע פון וואָלונטירן האָבן דאָס אַליינס אַרויפגעלייגט, און פאַר די אַנדערע גרופּע האָט דאָס אַרויפגעלייגט אַ דאָקטער אָדער נוירס. ווען מען האָט אונטערזוכט די גענוצטע וואַקסין–פּעטשעס האָט מען געזען אַז די פּיצילע נידלעך זענען צעגאַנגען איבער די צוואָנציג מינוט וואָס עס איז געווען אויף די הויט.

אַ דריטע גרופּע האָט באַקומען די טראַדיציאָנאַלע פלו–וואַקסין מיט אַ געהעריגן נידל, און אַ פערטע גרופּע האָט באַקומען דעם פּעטש וואָס האָט אויסגעקוקט ווי דער וואַקסין–פּעטש אָבער איז אייגנטליך געווען אַ פּלאַסיבאָ.

די פאָרשער האָבן דורכגעפירט דעם טעסט איבער די וואָלונטירן 28 טעג נאָך זייער אימוניזאַציע און האָבן געטראָפן אַז די "פלו" אַנטיבאַדי שטאַפּל איז געווען 'באַדייטענד העכער' אין די דריי גרופּעס וועלכע האָבן באַקומען דעם וואַקסין ווי אין די גרופּע וואָס האָבן באַקומען די פּלאַסיבאָ.

נאָך מער, די צוויי גרופּעס וועלכע האָבן באַקומען דעם וואַקסין דורך אַ פּעטש האָבן געהאַט בערך די זעלבע אַנטיבאַדי שטאַפּל ווי די גרופּע וואָס האָט באַקומען די טראַדיציאָנאַלע איינשפּריץ. אין צוגאָב, האָבן די וואָלונטירן וואָס האָבן זעלבסט אַרויפגעלייגט דעם פּעטש אויף זיך געהאַט דעם זעלבן באַשיצונג ווי די וואָלונטירן וואָס דאָקטוירים אָדער נורסעס האָבן דאָס אַרויפגעלייגט.

אויך האָט די שטודיע געוויזן, אַז נאָך זעקס מאָנאַטן, זענען ווייניגסטנס 75 פּראָצענט פון די וואָלונטירן אין אַלע דריי וואַקסין גרופּעס נאָך אַלץ געווען באַשיצט.

די טראַדיציאָנאַלע נידל אַנטהאַלט ווייניגסטנס 15 מיקראָגראַם פון אַנטידזשענס (דער טייל פון די פלו–וויירוס וואָס ברענגט דעם אימיון סיסטעם רעאַקציע) צו יעדע פון די דריי שטריכן פון די פלו–וויירוס. די פּעטשעס האָבן געברענגט אַן עטוואָס קלענערע דאָזע פון אַנטידזשענס, אָפּגעזען צי דאָס איז אַרויפגעלייגט געוואָרן דורך אַ דאָקטער אָדער נורס צי דער וואָלונטיר זעלבסט.

קיין איינער פון די שטודיע וואָלונטירן האָבן נישט געהאַט קיין ערנסטע זייטיגע עפעקטן. די גרופּעס וועלכע האָבן באַקומען די פּעטשעס האָבן געהאַט מילדע הויט–רעאַקציעס וואָס מען האָט נישט געזען אין די גרופּע וואָס האָבן באַקומען די רעגולערע נידל וואַקסין, אָבער די וואָלונטירן אין די נידל גרופּע האָבן געהאַט מער אויסזיכטן צו האָבן ווייטאָגן.

אין אַלגעמיין, האָבן 70 פּראָצענט פון די וואָלונטירן וואָס האָבן באַקומען די וואַקסין–פּעטשעס געזאָגט אַז זיי וואָלט דאָס ענדערש גענוצט ווי צו באַקומען אַ טראַדיציאָנאַלע פלו–נידל אָדער די נאָז–איינשפּריץ וואַקסין. די פאָרשער האָבן דערקלערט די שטודיע אַלס אַ סוקסעס אויף אַלע פראָנטן.

זיי שרייבן, אַז די פלו–וואַקסינאַציע מיט די פּעטשעס ווערט גוט טאָלערירט, גוט אָנגענומען, און ברענגט אַ שטאַנדהאַפטיגע אימיונאָלאָגישע רעאַקציע, אָפּגעזען צי דאָס ווערט אַרויפגעלייגט דורך אַ פּראָפעסיאָנאַל אָדער דורך די מענטשן זעלבסט. זיי לייגן צו אַז דאָס וועט אָבער נאָך דאַרפן באַשטעטיגט ווערן אין גרעסערע שטודיעס איידער מען וועט דאָס קענען אַריינשטעלן אין ברייטן באַנוץ. האָפנטליך, וועט די קומענדיגע ווערסיעס פון די פּעטשעס פּראָדוצירן ווייניגער הויט–רעאַקציע און צושטעלן דעם זעלבן אָפּהיט עפעקט. זייער ענטוזיאַזם שפּיגלט זיך אָפּ אין אַ קאָמענטאַר איבער די שטודיע.

אַן עקספּערט אין באַפעלקערונג געזונטהייט שרייבט, אַז די פריע רעזולטאַטן צייגן אַן אויפטרעף פון אַ האָפענונגספולן נייעם אויסוואַל פאַר די וואַקסינאַציע אַנטקעגן די סעזאָנאַלע פלו. דער שטערקסטער פאַרדינסט וועט זיין פאַר מענטשן אין נידריג ביז מיטעלע איינקונפט לענדער, וואו עס איז שווער צו באַקומען די פלו–וואַקסין. רעדוצירן ווייטאָג איז אַ שיינע זאַך, אָבער אַנדערע בענעפיטן — עס קאָסט ווייניגער, עס איז גרינגער צו טראַנספּאָרטן, פאַרלאַנגט נישט קיין פרידזשידער, קען זעלבסט גענוצט ווערן — איז נאָך בעסער.

און זיי פירן אויס: מיקראָנידל פּעטשעס האָט די מעגליכקייט צו ווערן דער רעקאָמענדירטער מעטאָד פאַר וואַקסינאַציע פּראָגראַמען.

דאָקטוירים זאָגן אויך, אז די 'פּעטש' וואַקסין וועט זיין ביליגער, מער זיכער, גרינגער צו האלטן אין באַזיץ און וועט זיך האלטן לענגער.

אין דער צייט וואס געווענליכע וואַקסינען דארף מען האלטן אין אַ פרידזשידער, קען די 'פּעטש' געהאלטן ווערן אין אַ שאַפע, און עס האלט זיך פאר פיל א לענגערע צייט.

בילד: פעדעראַלע געזונטהייט באַאַמטע אָפּטימיסטיש אַז נייע פלו–וואַקסין 'פּעטש' וועט הייבן צאָל וואַקסינירטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל