סעאל – דאס דרום קארעא מיליטער האט נעכטן אקטיוויזירט פרישע טיילן פון א פארגעשריטענעם מיסיל שוץ סיסטעם, וואס זי האט באקומען עטליכע יאר צוריק פון די פאראייניגטע שטאטן, און די יעצטיגע אקטיוויזירונג קומט דירעקט אין רעאקציע צו דעם היידראזשין וואפן טעסט וואס איר שכן, די קאמוניסטישע צפון קארעא, האט דורכגעפירט זונטאג פארטאגס, פארשטארקערנדיג די זארג און געפאר אז צפון קארעא וועט אונטערנעמען באמבארדירונגען. אין אנדערע אנטוויקלונגען, האט מען נעכטן געהערט אז דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא אבעי, וועט זיך פאראייניגן מיט'ן דרום קארעא פרעזידענט מון זשאי-אין, און אינאיינעם וועלן זיי ארבעטן צו לייגן דרוק אויף כינע און רוסלאנד אז זיי זאלן אינעם יו-ען שטיצן נייע הארבע סאנקציעס אויף צפון קארעא – א זאך וואס פוטין האט דערווייל זיך אויסגעלאכט דערפון.

בילד: מיסיל-שוץ אקטיוויזירט אין דרום קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל